בלאט 1 פון 1

א וואך פון כינוסי כלל ישראל אין אייראפע - אפדעיטס/לינקס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:42 pm
דורך זר זהב
ס'האט זיך אנגעהויבן אין אמעריקע און ס'גייט איצט אריבער קיין אייראפע, אנגעהויבן מארגן אין מאנטשעסטער ענגלאנד.
רעדנער אין מאנטשעסטער: ר' אברהם שארר, ר' שמואל דישון; דיין ר' גבריאל קרויס שליט"א.

לאנדאן
דינסטאג קומט פאר די מעגא עצרת כינוס כלל ישראל אין לאנדאן הבירה וואו ס'ווערט ערווארטעט צענדליגער טויזענטער אויך פון אנדערע שטעט איבער יוראפ. האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן, אזוי אויך קומט צו פליען האדמו"ר מראכמאסטריווקא פון אר"י.
אורחי הכבוד: גאב"ד אנטווערפן און גאב"ד מאנטשעסטער.
נואמי הכבוד: רבי שמואיל דישון, ר' אברהם שארר שליט"א.

אנטווערפן -- וויען
מיטוואך וועלן פארקומען 2 כינוסים. איינס אין אנטווערפען און איינס אין וויען. אין אנטעווערפן וועט עס פארקומען סיי פאר מענער און סיי פאר פרויען אין צוויי באזונדערע לאקאציעס. פאר די מענער אין זאל פון בית רחל, פאר די פרויען אינעם האל נשי אגודת ישראל. נואמי הכבוד: ר' שמואל דישון, גאב"ד אנטווערפן, הרב שארר, ר' נחמיה גאטליעב.

ציריך
דאנערשטיג וועט פארקומען א כינוס אין שווייץ. נואם הכבוד: ר' שרגא פייוול זימערמאן.
------------------------
ס'דא קאנפילקטינג באריכטן איבער די קלענערע כינוסים אויף פונטקליך ווען ס'קומט פאר. אויב ווייסט איינער אנדערש, פליז אפדעיט עס דא.
ווי אויך זאל מען לייגן דא לייוו לינקס צו קענען מיטהאלטן, און כסדר'דיגע אפדעיטס פון קאווע לייענערס משתתפי הכינוסים.

ויה"ר אז דער אינטערנעט זאל אינטערגיין איין מאל פאר אלעמאל! ומלאה הארץ דעה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:03 pm
דורך שמעקעדיג
האסט נישט באריכטעט פון טאהש?

און דיין ברכה אז דער אינטערנעט זאל אינטערגיין פארשטיי איך נישט, וצ"ב.

======

הוספה,
יעצט זעה איך אז דו באריכטעסט נאר פון "אייראפע".
ועמך הסליחה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 1:09 pm
דורך זר זהב
ס'איז א ברכה שאינו מצויה להתקיים... אבער וואונטשן מעג מען.
------------
מיטוואך קומט פאר אין טאהש קודש.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 4:53 pm
דורך חד גדיא
שמעקעדיג האט געשריבן:האסט נישט באריכטעט פון טאהש?

און דיין ברכה אז דער אינטערנעט זאל אינטערגיין פארשטיי איך נישט, וצ"ב.

======

הוספה,
יעצט זעה איך אז דו באריכטעסט נאר פון "אייראפע".
ועמך הסליחה.

נו, מיט די בריטישע קעניגען אויף די קאנעדישע מטבעות איז עס אפשר אויך ווי אייראפע....

כינוס כלל ישראל בלונדון

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:50 pm
דורך גינות
אלפי יהודים התאספו בכינוס כלל ישראל בלונדון

hatzibur.co.il/%d7

תמונות של כינוס כלל ישראל בלונדון

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:24 am
דורך גינות

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:09 am
דורך על המחיה
זר זהב האט געשריבן:האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן‎


דע סקולענ'ער רבי שליט"א איז למעשה נישט געפארען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:20 am
דורך על המחיה

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:46 pm
דורך איך אויך
על המחיה האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:האדמו"ר מסקולען קומט ספעציעל צו פארן פאר אן איין טאגיקן באזוך צו באשיינען דעם מעמד אין לאנדאן‎


דע סקולענ'ער רבי שליט"א איז למעשה נישט געפארען

נאך א מזל ווייל איך האב געהערט אז הרב דוננער האט אויפגעריפן סקולענער רבי'ס זוהן אלס פארטיגאלער רב...

אנטווערפען

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:18 pm
דורך על המחיה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:01 am
דורך לעמיל

נשלח: פרייטאג מאי 03, 2013 12:36 pm
דורך שעפטל
ל"ג בעומר איז פארגעקומען א סעודת הילולא אינעם סאטמאר'ן (מהר"א) בית המדרש אין אנטווערפן, ווי ס'האט אויך אויפגעטרעטן העסקן הרב ישראל משה דירנפעלד שליט"א מראשי העסקנים בק"ק שיכון סקווירא
x9q2_AntLB733.jpg
x9q2_AntLB733.jpg (48.84 KiB) געזען געווארן 1989 מאל

x9q2_AntLB734.jpg
x9q2_AntLB734.jpg (42.92 KiB) געזען געווארן 1989 מאל

דא קענט איר ליינען זיין דרשה
דרשת הרב ישראל משה דירנפעלד שליט"א

נשלח: דינסטאג מאי 07, 2013 6:23 pm
דורך ר' שמחה
ישראל משה מיט נחמיה, מצא מין את מינו.