אם יתקע שופר בעיר

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
רעאגיר
אנעים זמירות
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 33
זיך רעגיסטרירט: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 12:45 pm
האט שוין געלייקט: 8 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 32 מאל

אם יתקע שופר בעיר

שליחה דורך אנעים זמירות »

געפונען נאך א שיין מאמר וואס איך האב געשריבען פונקט צוויי יאר צוריק (כי תבא תש"ע):

אין די טעג הערן מיר טאג טעגליך שופר בלאזען כדי אונז מעורר זיין לתשובה. ווי דער רמב“ם שרייבט אין הלכות תשובה (ז‘ ד‘) תקיעת שופר וכו‘ רמז יש בו כלומר עורו עורו ישנים משינתכם והקיצו נרדמים מתרדמתכם - דער שופר זאגט וועקטס ענק, וועקטס ענק שלאפענדע פון אייערע שלאף און כאפטס אייך אויף פון ענקערע דרימעל.
דער נביא (עמוס ג‘ ו‘) זאגט אִם יִתָּקַע שׁוֹפָר בְּעִיר וְעָם לֹא יֶחֱרָדוּ אִם תְּהְיֶה רָעָה בְּעִיר וַה‘ לֹא עָשָׂה וגו‘ - טאמער עס ווערט געבלאזען א שופר אין שטאט (אלץ סימן מלחמה) איז דען מעגליך מען זאל נישט ווערן דערציטערט דערפון, און טאמער עס פאסירט חלילה א שלעכטע זאך אין שטאט קען דען זיין אז עס קומט נישט פון השי“ת?
אפשר קען מען זאגען א רמז אינעם פסוק, ווען איינער ווערט נישט אויפגעציטערט פונעם קול השופר, און ער איז טאקע לא יחרדו, איז דאס דערפאר ווייל ער שפירט נישט דעם אם תהיה רעה בעיר וה‘ לא עשה. אזא איינער דערהערט נישט באמת דאס לויט זיין תשובה ומעש“ט אין די ימי הרחמים ורצון אזוי ווערט געראטען דעם גאנצען יאר. ער אנערקענט נישט ווי קריטיש וויכטיג איז אויסצונוצען די יעצטיגע טעג כדבעי.
אין דעם מוסד ווי איך ארבעט הייבען מיר אהן דעם נייען יאר אום חודש אלול. איידער דעם וואקאנץ האט מיר דער סעקרעטאר פונעם תלמוד תורה געבעטען איך זאל איהם מאכען א פונטקליכע רשימה וואספארא לערן-ביכער און שרייב-ביכער איך וועל דארפען האבען דארכאויס דעם יאר.
איך האב איהם געענפערט דאס עס איז צו שווער צו וויסען אנהייב יאר וויפיהל שרייב-ביכער עס וועלן אויספעלן פארן גאנצען יאר. אמאל איז דא א כתה וואס זענען פלייסיג און זיי שרייבען מער, און אמאל איז פארקערט. בכלל, האב איך גע‘טענה‘ט, קען איך מיר נישט אזוי גוט אויס ווייל איך האב נאר איין יאר ערפארונג (אין דעם מוסד) מיט קינדער אין אזא עלטער. ענדערש, האב איך געזאגט, לאז מיר באשטעלען וואס עס פעלט אויס פארן אנהייב זמן, און צוביסעלעך, בהמשך פונעם יאר, וועט מען צוקויפען דאס איבעריגע.
דער סעקרעטאר האט נישט געוואלט אננעמען מיין פארשלאג און האט מיר געענטפערט, “אינמיטען יאר איז נישט דא קיין בודזשעט דערפאר. דעמאלס דארף מען זיך זייער שטארק מוטשען אז די חברי הנהלה (גשמי) זאלען מסכים זיין צו סיי וועלכע הוצאה. יעצט, אנהייב יאר, קענסטו פארלאנגען וואסארא געצייג דו דארפסט נאר און דו וועסט עס באקומען.”
וואס איז נוגע לעניננו איז מובן מאיליו. אינמיטען יאר ווען איינער דארף בעטען אויף כל מיני צרכים איז גאר שווער. ראשית כל איז דער מענטש אליין שוין ליידער פארשמירט און פארפלעקט מיט אלערליי עבירות רח“ל. ער האט שוין נישט די זכותים ווי אין די ימים הנוראים. און בעיקר, דער ‘בודזשעט’ איז שוין געשלאסען. עס איז שוין געווארען פארשריבען און פאר‘חתמ‘עט גענוי וואס און וויפיהל יעדע איינער וועט באקומען. צו פועל‘ן מען זאל דארט אויבן צוריק עפענען די ביכער און צולייגען צום חשבון מוז מען זיך שוין פיהל מוטשען.
דער דובנא מגיד זצ“ל האט אמאל געזאגט ווען דער סדר וואלט געוועהן ווי מוצאי יום כיפור נעמט מען צוזאם אלע מענטשען וואס איז אויף זיי נגזר געווארען חלילה אוועק צו גיין פונעם וועלט, און מען וואלט זיי געהאלטען דארט איינגעשפארט ביז עס קומט דער יום המיתה, ווי אנדערש וואלט אויסגעזעהן דעם דאווענען ראש השנה און יום כיפור?! ווען א יוד וואלט געזעהן בחוש ווי בראש השנה יכתבון וביום צום כיפור יחתמון וואלט ער איינגעריסען וועלטען ער זאל פארשריבען ווערן בספר החיים. דער בראך איז אבער וואס מען זעט נישט. עס קען זיין יתקע שופר טאג נאך טאג ועם לא יחרדו. און מען פארגעסט פונעם צווייטען העלפט פסוק - פון וואו קומען אלע בייזען וואס פאסירט ביי א מענטש? פונעם מלך מלכי המלכים, און עס ווערט נגזר בראש השנה.
פאר א שופט בשר ודם פעלט אויס אמאל צו האלטען דעם פארברעכער איינגעשפארט ביזען משפט אדער ביז מען וועט אויספירען דעם אורטייל. ווייל טאמער נישט וועט ער אפשר אנטלויפען. אבער פארן שופט כל הארץ איז דאס נישט נייטיג. ומצודה פרוסה על כל החיים וכו‘ והגבאים מחזירין תדיר בכל יום ונפרעין וכו‘ - דער נעץ איז אויסגעשפרייט אויף אלע בָּאֵי עולם און די בעיליפ“ס קלאפען אהן אין טיהר טאג טעגליך...
די וואך איז די ווייב פון מיינס א באקאנטע ל“ע אומגעקומען אין אן עקסידענ“ט איבערלאזענדיג א קליין קינד. יבדלחט“א א יונגערמאן פון צוויי-און-צוואנציג, קוים מיט עטליכע יאר צוריק חתונה געהאט, איז ליידער געווארען אן אלמן. ערשט מיט עטליכע וואכען צוריק איז כלל ישראל אויפגעשוידערט געווארען פונעם שרעקליכען טראגעדיע אין ארץ ישראל ווען עס ליידער אפגעמעקט געווארען משפחה אחת מישראל. די זענען נאר צוויי פון די צענדליגע טראגעדיעס וואס האבען באטראפען יודישע קינדער בלויז אין די פארגאנגענע פאר וואכען.
עס האט געזאגט אמאל איינע פון די בעלי מוסר, מען זעט חנוכה-צייט ווי א יוד גייט ארויס אין גאס אן קיין מאנטל און ער ווערט פארקילט. פון א פארקילעכץ ווערט א לונגען ענטצינדונג און ביז צעהן טאג איז דער יוד שוין אויפען עולם האמת. מיינט מען אוודאי אז ער האט זיך פארקילט ג‘ טבת און פון דעם איז ער נפטר געווארען. דער אמת איז אז ער האט זיך פארקילט ר“ה. ווען ער האט געבעטען אבינו מלכנו כתבנו בספר חיים טובים האט געפעלט דעם ריכטיגען ברען, און דער מענטש איז נישט געוועהן זוכה בדין.
שטעלט אייך נאר פאר ווען די אלע וואס זענען אומגעקומען אדער עס האט זיי באטראפען צרות ויסורים בשנת תש“ע, וואלטען געוואוסט וואס עס ווארט זיי אפ רח“ל, וואלטען דאך זייערע תפילות געשפאלטען אלע הימלען. זיי וואלטען איינגעריסען וועלטען. איז דאך אבער די צרה אז זיי האבען נישט געוואוסט.
והחי יתן אל לבו, ווייל מיר ווייסען דאך אויך נישט... קיינער ווייסט נישט מה יולד יום. א קאר עקסידענ“ט ברויך זיין דער גרעסטע התעוררות לתשובה ולתפלה ווייל עס צייגט גענוי ווי ווייט א מענטש איז אומוויסענד. עס ווייזט ווי שנעל און ביטער דער מצב קען זיך פארדרייען כהרף עין. עס לערנט אונז ווי הייקל איז דאס לעבן פון א מענטש און ווי שטארק מען איז געוואנדען אין כביכול‘ס חסדים ערב ובוקר וצהרים.
זאל השי“ת אונז אלע געבן די ריכטיגען דעת מיר זאלען וויסען אויף וואס צו בעטען, און קענען אויסבעטען א כוח“ט. אכי“ר
אל תאמר קבלו דעתי - איך שרייב בלויז הנלע"ד והרוצה לחלוק יבוא ויחלוק.

א ייש"כ פאר אלע וואס ליעבען מיינע תגובות.

דער אשכול פארמאגט 4 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר