בלאט 1 פון 46
זאכן וואס כ'האב נישט געוואוסט ביז היינט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 02, 2012 10:10 pm
דורך זר זהב
ר' משה פיינשטיין איז געווען אינסטרומענטאל אין גרינדען דעם ציוניסטיש'ן רעכט געשטימטן-מאדערן אמעריקאנעזירטן דזשואיש פרעסס צייטונג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:30 am
דורך טאמבל סאס
דער בית ישראל האט אנגערופן דער ספר טהרת הקודש, א מאגאזין אהן בילדער.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:40 am
דורך קאווע טרינקער
ברך משה האט געזאגט אויפ'ן מחבר טהרת יום טוב (מקואות) 20 בענדער אדער מער
"מקואות קען ער זיכער נישט...."
ענטפער צו זר זהב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:54 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:ר' משה פיינשטיין איז געווען אינסטרומענטאל אין גרינדען דעם ציוניסטיש'ן רעכט געשטימטן-מאדערן אמעריקאנעזירטן דזשואיש פרעסס צייטונג.
איך האב דאס אויך נישט געוואוסט. ס'איז דאס ערשטע מאל וואס איך הער עס. אבער ס'איז נישט מסתבר אז ר' משה, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:56 pm
דורך קאווע טרינקער
אבער ס'איז נישט מסתבר אז ר' משה, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.
אבער ס'איז נישט מסתבר אז
סאטמער'ע רב, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג ווי
דער איד, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה
וקנאות וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע,
און שבתנותים אין האטעלס וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:59 pm
דורך זר זהב
שוין דער אשכול לעבט אויף....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:00 pm
דורך קאווע טרינקער
דער עולם איז היינט נישט ביי דער ארבעט, דערפאר איז אזוי שטיל היינט
ענטפער צו קאווע טרינקער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:19 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:אבער ס'איז נישט מסתבר אז ר' משה, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע, וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.
אבער ס'איז נישט מסתבר אז
סאטמער'ע רב, וואס איז געווען אן ערליכער איד זאל געבן זיין הסכמה אהערצושטעלן אזוי א פראסטן און נאריש'ן צייטונג ווי
דער איד, אפגעזעהן פון דער השקפה. זייער הויפט מאטיוו איז געווען אמעריקאנער עולם הזה מיט'ן גאנצן קנאק, חוץ די ביסל דברי תורה
וקנאות וואס זיי האבן דארט געברענגט. זיי האבן זיך נישט אפגעהאלטן פון פובליצירן שמוציגע רעקלאמעס פון עירליינס און פלארידע,
און שבתנותים אין האטעלס וכדו'.' און זייערע עדיטאריעלס און ארטיקלען זענען אויך געווען זייער נאריש, און האבן נישט געהאט קיין שום זשורנאליסטישן ווערד.
קאווע טרינקער, דו ביסט וואונדערבאר. מיט רוב זאכן אין דיין "פאטא שאפפ'ד" ארטיקל בין איך מסכים בלב שלם. אבער קיין "שמוציגע בילדער" פון דעם סארט וואס דער נארישער דזשע.פי. האט געברענגט, זיכער נישט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:22 pm
דורך קאווע טרינקער
פשוט, ווייל ביי מיר הייסט נישט א בלעק-ען-ווייט בילד פון א אלטע באבע "שמוציג"
ענטפער צו קאווע טרינקער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:58 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:פשוט, ווייל ביי מיר הייסט נישט א בלעק-ען-ווייט בילד פון א אלטע באבע "שמוציג"
איך בין מודה צו דיר מיט דעם. אבער חוץ די בלעק ענד ווהייט פיקטשערס פון די אלטע באבעס האבן זיי אויך געברענגט בילדער פון... ... אין א ... אויפ'ן ביעטש. און אויפ'ן בעק פעידזש איז געווען אן ארטיקל פון א ראביי אין דברי תורה.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:01 pm
דורך קאווע טרינקער
ווילסט מיך דרוקען צום וואנט ביז כ'וועל זאגן אז יענץ איז אויך נישט שמוציג?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:25 pm
דורך זר זהב
A number of rabbis from the Agudas HaRabonim, led by Rabbi Moshe Feinstein and Rabbi Simcha Elberg, called Dad to a meeting and asked him if he would fill the void by publishing a religiously-oriented Yiddish newspaper for Jews across the country.
http://www.jewishpressads.com/pageroute.do/42343
ענטפער צו קאווע טרינקער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:26 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ווילסט מיך דרוקען צום וואנט ביז כ'וועל זאגן אז יענץ איז אויך נישט שמוציג?
זאג.
ענטפער צו זר זהב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:50 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:A number of rabbis from the Agudas HaRabonim, led by Rabbi Moshe Feinstein and Rabbi Simcha Elberg, called Dad to a meeting and asked him if he would fill the void by publishing a religiously-oriented Yiddish newspaper for Jews across the country.
http://www.jewishpressads.com/pageroute.do/42343
אבער זיכער נישט אין דעם פארמאט וואס ס'איז ארויסגעקומען. לדוגמא ווי נאריש זייערע נייעס באריכטן זענען געווען. ווען ס'האט אויסגעבראכן די מלחמה אום יום כיפור אין א"י האבן זיי געהאט א העדליין Israel wins war; To march on Cairo and Damascus.
איך רעד דא נישט פון א השקפה'דיגן שטאנדפונקט. אויב דער רב קלאס איז טאקע געווען אזוי אן אינטעליגענטער מענטש ווי זיין טאכטער לייגט עס אראפ, וואלט ער געמעגט ארויסגעבן א מער ערנסטן צייטונג, נישט מיט אזעלכע קינדערישע, "סימפליסטיק" באשרייבונגען.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:58 pm
דורך זר זהב
היינט צוטאגס הייסט עס א פרעסטידזשעס צייטונג, ניין? זיי האלטן אן דעם אמאליגן סטיל מיט רייכע קאלומניסטן. פאמיליע/שלום בית אישוס איז אינטערעסאנט. איך גלייך אויך זייערע אותיות פאנט.
ס'זאל הייסן אז זיי זענען די גרעסטע אידישע צייטונג אין סירקולאציע.
ענטפער צו זר זהב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:55 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:היינט צוטאגס הייסט עס א פרעסטידזשעס צייטונג, ניין? זיי האלטן אן דעם אמאליגן סטיל מיט רייכע קאלומניסטן. פאמיליע/שלום בית אישוס איז אינטערעסאנט. איך גלייך אויך זייערע אותיות פאנט.
ס'זאל הייסן אז זיי זענען די גרעסטע אידישע צייטונג אין סירקולאציע.
אויב אזוי. פארוואס האבן זיי פארקויפט זייער בילדינג אויף טהוירד עוו. און מאכן אנדערע "קאטבעקס". אלס זשורנאליסטישע חשיבות ווי למשל דער וואל סטריט דזשוירנאל אדער נ.י. טיימס ווי ר' סענדער ע"ה האט ליב געהאט זיך צו פאררופן. זענען זיי אין סוב-בעיסמענט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 9:43 pm
דורך טאמבל סאס
אז דער מונקאטשער רב, ווען ער פלעג צעדרוקן א ספיידער מיט די פוס האט ער געזאגט: על אדום אשליך נעלי, כידוע אז דער שפין ווייזט אויף די קליפה פון אדום, אנטקעגן די ז' עממים, און עס הייסט שממית, און זיי האבן דאך געהאט אויך א חלק אין פארברענען דעם בית המקדש.
אין די באלייכטונגען שרייבן זיי אז ס'איז פארהאן בערך צוויי הונדערט טויזנט ספיידערס אין די וועלט, און בלויז צוויי הונדערט פון זיי זענען גיפטיג. א שנעלער זוך אין גלגל החוזר, האט געוויזן אז עס זענען פארהאן צווישן 34,000 און 50,00 ספיסיס פון ספיידערס אויף דער וועלט.
אבער די מג"א אין ס' שט"ז זאגט אז איינס פון יעדע טויזנט זענען גיפטיג, דאס שטימט מורא'דיג מיט דער באלייכטונגען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 5:32 pm
דורך זר זהב
2 אינטערעסאנטע דעטאלן האב איך נישט געוואוסט איבער'ן בין לאדין רעיד. נאכ'ן וואטשן דעם
אינטערוויאו ווער איך געוואר אז דער עקספלאסיוו טיעם האט בטעות
געוואלט עקספלאדירן דעם גאנצן הויז, ער האט נישט אויגעכאפט אז מרעדט פונעם געשעדיגטן העליקאפטער, נישט פונעם קאמפאונד!
נאך ווער איך געוואר אז דער בלעקהואק איז אויסגעלאפן
פון גאז אויפ די וועג צוריק צו אפגאניסטאן, און זיי האבן געלאנדעט אויף פאקיסטאנע ערד צו ריפיולען!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:43 pm
דורך ונבנתה העיר
כדי א שיף זאל זיך קענען האלטן אויפן וואסער און נישט זינקן מוז זי וועגן ווייניגער ווי די וואסער וואס איז געווען אויפן פלאץ וואו זי שטייט (דאס הייסט די וואג פון די מאס וואסער וואס מען וואלט געדארפט אנצופילן די לאך וואס די שיף שאפט אינעם ים).
עס רופט זיך
דיספלעיסמענט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:39 am
דורך טאמבל סאס
פאר א דזשאוק איז עס זיכער גוט.
- אלע וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן געהאט אן אבסעסיע מיט עפעס. ד.ה. זיי זענען מיט עפעס געווען ביזי שטענדיג.
- סאטמאר רב איז געווען קינדערלאז, איז ער פארנומען געווען מיט ציונות.
- ליובאוויטשער, מיט משיח.
- גערער, מיט קדושה
-
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 9:43 am
דורך זר זהב
טאמבל סאס האט געשריבן:פאר א דזשאוק איז עס זיכער גוט.
- אלע וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער האבן געהאט אן אבסעסיע מיט עפעס. ד.ה. זיי זענען מיט עפעס געווען ביזי שטענדיג.
- סאטמאר רב איז געווען קינדערלאז, איז ער פארנומען געווען מיט ציונות.
- ליובאוויטשער, מיט משיח.
- גערער, מיט קדושה
-
סאטמאר רב איז געווען ביזי מיט ציונות סך פאר ער איז געווארן קינדערלאז. סארי פאר'ן רואינירן איין חלק פונעם וויץ

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:29 am
דורך גוטזאגער
גראדע איז הרה"ק מסאטמער זי"ע געוען אנדערש ווען בו בעתווען די אנדערע אדמורים וואס זענען געווען קינדערלאז נישט געהאט קיין שטוב זענען געווען אפגעטיילט פון די עולם חסידים האט זיך די רבי אראפגעלאזט צו זיין עולם זיך נאכגעפרעגט פון אנדערע זייערע מיינוגען אויף זיינע פעולת און אפי געליינט צייטונגען די יודישע און גויאישע אלעס כדי ער זאל נישט זיין אנגעשפארט ביי זיך און זיך אנפאנגעו צו זיך אויפירען וואנזיניג ( און פאר נאך סיבות משאכ די אנדערע רבנים וואס זענען לע קינדערלאז ))
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 10:35 am
דורך גוטזאגער
אבער א מענטש וואס האט א שטוב מיט קינדער קע"ה קען נישט פארשטיין די צער פון איינער וואס איז ל"ע קינדערלאז און בפרט א רבי א מנהיג וואס ער ווייסט אז לאחר מאה ועשרים וועט נישט זיין איינער וואס זאל איבער נעמען זיין פלאץ און זיין חסידות וועט מעגליך צופאלען און מען וועט אינגאנצען פארגעסן פון אים איז זיין צער אומבאשרייבליך