בלאט 1 פון 1

איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: מיטוואך מערץ 14, 2012 8:15 pm
דורך יידל
זייער אן אינטערעסאנט ארטיקל אויף רייכערן ציגארעטלעך אום פסח פון או-יו: http://oukosher.org/index.php/passover/ ... igarettes/

נשלח: מאנטאג אפריל 06, 2015 10:35 pm
דורך petergrifin
אויף געװעקט.

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 10:36 am
דורך ברסלבער
יידל האט געשריבן:זייער אן אינטערעסאנט ארטיקל אויף רייכערן ציגארעטלעך אום פסח פון או-יו: http://oukosher.org/index.php/passover/ ... igarettes/

Page not found

און וואס איז מיט די עלעקטעראנישע ציגארטעלעך אום פסח?
[tag]ונבנתה העיר[/tag]

נשלח: דינסטאג אפריל 07, 2015 1:08 pm
דורך ונבנתה העיר
די היימישע מאכן ספעציעל כשר לפסח'דיגע.

רייכערן אום פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 5:27 pm
דורך טאביק שמעקער
דאס ענין פון "רייכערן אום פסח" איז א ענין וואס איך בין שוין זייער צומישט, מצד אחד זאגן כמה וכמה מורה הוראה אז דאס איז א ספק חמץ וואס איז נישט מעגליך נאכצוגיין צוליב דעם וואס עס ווערט געווייקט אין הונדערטער זאכן און מצד שני זעהט מען אז עס איז דא הונדערטער צו טויזענטער יודן וואס זענען זיך מיקל און רייכערן יא, קודם כל התאחדות הרבנים שרייבט אין זייער ביכל אז אין אמעריקע איז דא נאר 2 מיני וואס איז מותר American spirits און נאך איינס, אנדערע זאגן אז Windson איז אויך מותר, און אויב זאגט מען אז עס האט א ספק חמץ לכאורה איז עס אסור בהנאה, איין דיין וואס איך האב גערופען זאגט מיך בזה"ל: "ס'דא וואס זענען זיך מחמיר אבער מען קען נישט זאגן אז ס'איז אסור" און ער האט אראפגעהאקט די טעלעפאון און די זעלבע איז געווען ווען איך האב גערופען א צווייטע מאל פאר פרטים, אבער איך האב נאכנישט געטראפן קיין קלארע צד היתר אבער למעשה זעהט מען אז די עולם איז זיך מיקל וצ"ע,
לכאורה זענען דא דא מענטשען וואס זענען זיך מיקל און רייכערן גיהעריגע צוגרעטלעך איז זייטס אזוי גוט און שרייבט וואס איר האלט איבער דעם.

Re: איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 6:24 pm
דורך נעגעל וואסער
מיין טאטע האלט מיר אין איין מוסר זאגען פארוואס איך רייכע אזוי פראסט אויף פסח, זיין טאטע - מיין זיידע - ז"ל האט שטארק מקפיד געווען צו רייכערן אום פסח מיט אזא מין פילטער, דאס איז געווען א קליין שטיקל פלעסטיק צווישן דאס מויל און די פאפיראס.
מן הסתם האט דאס אויסגעפילטערט אלע חמץ.

Re: איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 6:26 pm
דורך נעגעל וואסער
הרב @טאביק שמעקער אין טאביק איניש דא א חשש חמץ...?

Re: איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 6:52 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אינטרעסאנט, מיין טאטע, וואס האט קיינמאל אין לעבען נישט גערייכעט, האט מיר אריינגעגעבען אלס בחור הלמאי איך רייכער פסח "אויף אלס איז מען אזוי מקפיד, און דא גלאטעהייט אן קיין שום הכשר זאל מען גייען מקיל זיין?!" איך האב איהם ענדליך געהארכט און נישט גערייכעט פסח, ביז היינט וואס איך רייכער גאנץ ווייניג, אויב עפעס

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 8:04 pm
דורך מבקר
טאביק שמעקער האט געשריבן: איך האב נאכנישט געטראפן קיין קלארע צד היתר אבער למעשה זעהט מען אז די עולם איז זיך מיקל וצ"ע,
לכאורה זענען דא דא מענטשען וואס זענען זיך מיקל און רייכערן גיהעריגע צוגרעטלעך איז זייטס אזוי גוט און שרייבט וואס איר האלט איבער דעם.

עיין כאן, מה שמביא בשם הגר"ע יוסף, ועיין בספרו ותמצא נחת.

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 8:21 pm
דורך ונבנתה העיר

Re: איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: מיטוואך אפריל 27, 2016 10:51 pm
דורך טאביק שמעקער
ונבנתה העיר האט געשריבן:http://www.hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?req=913&st=&pgnum=179

די צוגרעטלעך אין די דברי חיים'ס צייטן זענען געווען די זעלבע וואו האנט צוטאגס? און לפי די תשובה פראוואס פסק'נען רוב מורה הוראה אז ס'איז אסור?

Sent from my SCH-I545 using Tapatalk

Re: איבער רייכערן ציגארעטלעך אין פסח

נשלח: דאנערשטאג אפריל 28, 2016 12:23 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און די מצה מאשינען זענען יא ווי יענע צייטען? פארוואס לחומרא רירט מען זיך נישט און לקולא זאל מען נישט מעגען?

Sent from my HTC Desire 510 using Tapatalk