בלאט 1 פון 2

לימוד חומש רש''י

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:20 pm
דורך באמת
לעצטינס האט מיר גכאפט א התהרת איבערן לימוד חומיש רש''י איך האב אויפגגעבן א שיער כדי צי לערנען חומיש רש''י
זייט דערמאלץ בין איך א נייע יוד פשווט כמשמעה
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטינס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי מיינט קריטק צי קאמטלימענט)
די סיבה אז פשיט ווייל מעו זעהט די באשעפיר דארט
דארט האט זיך אונגעהויבן יודישקייט

אביסעלע פארבעסערט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:24 pm
דורך זר זהב
לעצטנס האט מיר געכאפט אן התעוררות איבער'ן לימוד חומש רש''י, איך האב אויפגעגעבן א שיעור כדי צו לערנען חומש רש''י
זייט דעמאלץ בין איך א נייע יוד, פשוטו כמשמעו
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטנס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי זי מיינט קריטיק צי קאמפלימענט)
די סיבה איז פשט ווייל מען זעהט דעם באשעפער דארט
דארט האט זיך אנגעהויבן יודישקייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:27 pm
דורך איחוד פעלד
וואס רעדסט די, אידישקייט האט זיך אנגעהויבען דא אין אמעריקא.

וואס האסטו ליב חומש אדער רש"י?
יאך האב גראדע נישט ליב רש"י, רש"י טייטש נישט פשט, נאר דרש, און ועל כולם נעמט מען עס אהן פאר פשט. אבן עזרא איז פשט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 12:41 pm
דורך גאלד
חומש רש"י איז אינטערסאנט, ס'איז שיין, ס'איז ציקער זיס, מ'קען קאסטן אלע מקצועות התורה, מ'ווערט א מיני-תלמיד חכם, א מיני-ידען,
איך בין פשוטו כמשמעו אבסעסט און פעסינעטעד מיט רש"י עה"ת,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:08 pm
דורך געפילטע פיש
זר זהב האט געשריבן:לעצטנס האט מיר געכאפט אן התעוררות איבער'ן לימוד חומש רש''י איך האב אויפגעגעבן א שיעור כדי צו לערנען חומש רש''י.
זייט דעמאלס? בין איך א נייע יוד פשוטו כמשמעו.
מיין ווייב זאגט מיר היינט אז לעצטנס בין איך עפעס אסאך ערליכער (איך ווייס נישט צי זי מיינט קריטיק צי קאמפלימענט)
די סיבה איז פשוט ווייל מען זעהט דעם באשעפער דארט.
דארט האט זיך אנגעהויבן יודישקייט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:13 pm
דורך זר זהב
איך האב נאר "אביסעלע" פארבעסערט... ס'אל זיין פשוט ליינבאר. פאר א פולן מגיה ארבעט איז דא טשארדזש.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:16 pm
דורך קאווע טרינקער
באב"ד, האט גע'מאכט א געוואלדיגען ארבעט "תורה ברורה"
אבער איך ווארט ארטסקרול זאל ארויסגעבען א חומש מיט א ביאור אזויווי די גמרא.
ביז דאן קען איך נישט לערנען חומש רש"י.
כ'האב זיי שוין געשיקט עטליכע בריוו וועגן דעם.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:19 pm
דורך זר זהב
לערן אינעם חומש "שי למורא"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:23 pm
דורך קאווע טרינקער
ניטאמאל חשוב צו גערעכנט ווערן פאר א פירוש.
ארטסקרול איז די בעסט!!!!!!!!!!!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:28 pm
דורך אשכנ
קאווע טרינקער האט געשריבן:באב"ד, האט גע'מאכט א געוואלדיגען ארבעט "תורה ברורה"
אבער איך ווארט ארטסקרול זאל ארויסגעבען א חומש מיט א ביאור אזויווי די גמרא.
ביז דאן קען איך נישט לערנען חומש רש"י.
כ'האב זיי שוין געשיקט עטליכע בריוו וועגן דעם.

זיי האבן אזא ביאור אויף רש"י אין ענגליש, און א באזונדערע אויף רמב"ן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:45 pm
דורך נאך א פשט
ארטסקרול האט יעצט אנגעהויבן משניות, קוקט נישט אויס אז זיי וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף רש"י בקרוב

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:47 pm
דורך קאווע טרינקער
נאך א פשט האט געשריבן:ארטסקרול האט יעצט אנגעהויבן משניות, קוקט נישט אויס אז זיי וועלן ארויסגעבן א פירוש אויף רש"י בקרוב

יא, זיי כאפן נישט. (VS עוז והדר)

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:20 pm
דורך elter-zeide
איחוד פעלד האט געשריבן:וואס רעדסט די, אידישקייט האט זיך אנגעהויבען דא אין אמעריקא.

וואס האסטו ליב חומש אדער רש"י?
יאך האב גראדע נישט ליב רש"י, רש"י טייטש נישט פשט, נאר דרש, און ועל כולם נעמט מען עס אהן פאר פשט. אבן עזרא איז פשט.

וואס די זאגסט וועגן רש"י איז אמת ויציב, דע רשב"ם שרייבט וועגען דעם, (בראשית ל"ז פ' ב' ) ער האט געפרעגט זיין זיידע רבי שלמה פאר וואס ער שרייבט נישט פשוט פשט? אין רש"י האט מודה געווען אז ער איז גערעכט, אין רש"י זאגט נאך צי, אויב ער וואלט געהאט צייט וואלט ער אויך אויך פשוט פשט געשריבן, למעשה ווען נישט רש"י וואס זיין עיקר פשט איז תשב"פ, וואלט מען פארשטאנען דע חמוש אזוי ווי ל'הבדל דע קריסטן דעם בייבל, א יעדע וואך איז דא א פסוק וואס דער פשוטער פשט איז פונקט פארקערט ווי חז"ל, (ווען מ'לערנט חז"ל זעט מען ווי גערעכט חז"ל זענען) אין וועגען דעם אבן עזרא ביסטו אויך גערעכט, זיין פשט איז מוראדיג, אויב מ'פארשטייט עס, בד'וו די פארשטייסט דעם אבן עזרא? ער שרייבט זייער קארטץ אין א שווער לשון, עס נעמט צייט צי כאפען זיין לשון אין ווען מפארשטייט וואס ער זאגט גיט דאס עפעס א זיסען טעם אין לעבען, אזוי ווי "באמת" האט פריער געגעשריבען, יא אידן, נעמטס ענק לערנען חומש רש"י נאר א האלבע שעה אין טאג, אין אפילו נאר איין פסוק אבער גיט פארשטיין דעם פסוק, וועט עטס מער נישט אזוי ציטערן פון באשעפער נאר ליעב האבן דעם באשעפער,י

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:46 pm
דורך יהושע חיים
מ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:51 pm
דורך באמת
רש"י כפשוטו די בעסט קורץ און שארף

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 7:31 pm
דורך קאווע טרינקער
יהושע חיים האט געשריבן:מ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)

before Rashi's era
?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:21 pm
דורך צדיקל
עכט פשוט פשט איז דער רשב"ם, און האט א גרינגע לשון צו פארשטיין

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:30 pm
דורך יהושע חיים
קאווע טרינקער האט געשריבן:
יהושע חיים האט געשריבן:מ'זאגט נאך אז דער רבי דער על הגאולה ועל התמורה זי"ע (כמיש מיך נישט) האט פארציילט אז הרה"ק ר' מרדכי פון נדווארנא זי"ע האט עם געזאגט אלס קינד "אסאך גרויסע אידן האבן געזיכט דעם באשעפער און נישט געוויסט אז מקען עם טרעפן און חמוש רש"י)

before Rashi's era
?

תיקו

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:59 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז זייער כדי איינציהאנדלען 'דעת מקרא' פאר איינער וואס וויל פשוטפשט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:16 am
דורך איחוד פעלד
איך האב גראדע ליב דער תורה ברורה איך לערן אדורעך יעדעס וואך גאנץ חומש מיט זיין ביאור.רשי נאר טאמער האב איך צייט.

מיר באדערט ווען איך זעה ווי ער לערנט דרש אלץ פשט, אבער וואס קען איך טוהן. דאס איז עס און פארטיג.

איין זאך יא, ער פאטשד אפ ביג טיים דער כי משמש בדלת לשונות. אויף אידיש איז נישטא קיין דלת לשונות, און ער פראבירט מיט אלע כוחות עס צו מאכען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:18 pm
דורך פערינא
איך גיי זיך אנגארטלען מיט שטארקייט און זיך אויסגיעסען דאס קאפ

די רבי אין חדר פלעגט זאגען רש״י איז א סגולה צו יראת שמים און אז לערנען אלע טאג א פרשה חומש מיט רש"י פארשטארקט די אמונה פשוטה

פאר מיר ארבייט עס נישט אלץ, ווען איך לערן חומש רש"י ווערט מער שווער צענדליגע שאלות און כמה ענייינים נשגבים זענען אזוי היפך מיין דעת בעל בית אז עס איז געווען צייטען וואס עס האט געהאט די אפעסיט אפעקט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:27 am
דורך a1b2
יענער וואך שבת האט זיך געשפירט כאילו פרשת בראשית האט פאסירט מיט דריי וואכן צוריק אפאר בלאקס אוועק? איינער דערציילט אז דער גאנצער מעשה פון אדם און חוה האט פאסירט אויף ערב פסח. איך האב געוואלט אריינפרעגן צי אדם האט נאך אלעדיקט באקן מצות. נאך איינער האט געזאגט אז דער 'עפל' איז גאר געווען אן אתרוג און קיינער האט נישט געפרעגט מה ענין אתרוגים אצל ערב פסח. מען האט געברענגט ראיות פון זייגערלעך אז בראשית איז פשוטו כמשמעו און געלאכט אויף די נערנים וואס קלערן אנדערש. און מען האט זיך געדינגן איבער קינס קרבנות.

אז איר ווילט אבער פארשטיין ווי מען מאכט ביי אונז א בראטל פון חומש, רש"'י, מדרשים, ילקוט מעם לועז און ספר הישר אז מען ווייסט נישט ווי איינץ ענדיקט זיך און דער צווייטער הייבט זיך אן פרעגט אייך די פאלגענדע דריי שאלות:

1. וועלכע ביימער האט דער אייבישטער אנגעזאגט אדם און חוה אז זיי טארן פון זיי נישט עסן?

2. וועלכער פון זיינע זינען האט נח געשאלטן?

3. וועם האט אברהם געשיקט געפונען א פרוי פאר יצחק?

אז איר האט געענטפערט

1) עץ הדעת און עץ החיים, 2) חם, 3) אליעזר זייט מוחל און מישט אויף א חומש און געט א קוק.



1) גאט האט נאר אנגעווארנט אדם, פאר ער האט אפילו באשאפען חוה

2) כנען האט גאט געשאלטען, נישט חם

3) אברהם האט געשיקט זיין כנעכט טרעפן א ווייב פאר יצחק. ס’ שטייט נישט ווער.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 18, 2012 10:31 am
דורך איחוד פעלד
אויף איינס און צוויי פארשטיי איך דער טעות. אבער דריי שטייט נישט אן אנדערע נאמען, עס שטייט עבדו זקן ביתו, סא סיז נישט עכט א מיסטעיק.