בלאט 1 פון 1

קען מען טוישען א ניק

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:53 pm
דורך qwerty
איז עס מעגלעך אויב איינער וויל משנה שם זיין פון זיין ניק, קען מען טוישען א ניק?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:55 pm
דורך נפתלי
קענסט עפענען א נייע ניק אין אנהייבן פון אלף

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:24 pm
דורך קאווע טרינקער
איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:38 pm
דורך געפילטע פיש
זאג מיר וועלכע הודעות פאר דו מעקסט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:48 pm
דורך יידל
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.

פארשטייסטו? בשעתם, ווען דו האטס געשריבן די תגובות האסטו געוואלט שרייבן מיטן חשבון פון אנאנימיטעט. יעצט ווען ס'קומט דיר בעסער אויס זיך צו מגלה זיין, ווילסטו פארמעקן? ס'גייט נישט אזוי...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:24 pm
דורך שטערן
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.


דו מיינסט אוודאי די הערות וואס דו האסט געשריבן ווען ביסט נאך געווען א 'קאווע טרינקער',

וואס היינט אלס 'דף לערנער' וואלסטו נישט געשריבען??

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:06 am
דורך פריינדליך
qwerty האט געשריבן:איז עס מעגלעך אויב איינער וויל משנה שם זיין פון זיין ניק, קען מען טוישען א ניק?


און געוויסע אויסנאם פאלען קען עס מן הסתם די הנהלה טיען און צוזאם שטעלן תגובות פון ניק צום צווייטען, אבער איך גלייב אז עס דארף זיין גאר א שטארקע הכרח דערצו אז די הנהלה זאל מסכים זיין צו מאכען א אזא טויש,

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:32 am
דורך ברוין
בעפאר איר טוישט גיט אונז אן איבערבליק אויף וואס די יעצטיגע ניק באדייט

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:08 am
דורך שמעקעדיג
qwerty
דאס זענען די ערשטע זעקס קנעפלעך אויפן ענגלישן קיבאורד.

דער ענגלישער קיבאורד וועלכע איז אזוי אויסגעשטעלט ווערט טאקע אנגערופן א qwerty קיבאורד.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:53 pm
דורך פריינדליך
אזא נאמען וואלט מען לכתחלה נישט געזאלט באשטעטיגען!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:59 am
דורך לעמיל
פריינדליך האט געשריבן:אזא נאמען וואלט מען לכתחלה נישט געזאלט באשטעטיגען!

וואס באדערט דיך???

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:16 am
דורך קאווע טרינקער
כ'שטעל מיך פאר איז זיין פעסווארד איז די צוויישע שורה asdfgh

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:26 am
דורך לעמיל
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'שטעל מיך פאר איז זיין פעסווארד איז די צוויישע שורה asdfgh

אפשר די אנדרע זייט קיבארד poiuy

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:41 am
דורך קאווע טרינקער
בד"וו, כ'מיין ס'איז די חתם סופר.
איינער זאגט אז אין די ABC זעהט מען אפיקורסות: דורך די סדר האותיות OPQRS
אפשר איז לשון הקודש מילכיג צוליב די סדר "מלך"?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:43 pm
דורך boxcover
וויאזוי טויש אין די אימעיל אדרעס וואס איך באקום די הודעות?

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 1:58 pm
דורך שמעקעדיג
גיי צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל / פראפיל / רעדאגיר קאנטע סעטינגס.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 2:03 pm
דורך boxcover
שמעקעדיג האט געשריבן:גיי צו באניצער'ס קאנטראל פאנעל / פראפיל / רעדאגיר קאנטע סעטינגס.

כ'האב עס געזעהן נאר זיך נישט געקענט אן עצה גיבן ווייל כ'פארשטיי נישט די היברו ווערטער דארט. יעצט איז שוין געלונגן. א דאנק אייך.

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 2:21 pm
דורך פרישער
קאווע טרינקער האט געשריבן:איך וואלט געוואלט האבן די יכולת פון אויסמעקן געוויסע הערות וואס כ'האב געשריבן.
כדי זיך צו קענען מגלה זיין.


זיי וויסען אז מגלה זיין א ניק א א ערנסטע שאלה פון גילוי עריות

נשלח: פרייטאג יולי 05, 2013 3:04 pm
דורך מאטי
קאווע טרינקער האט געשריבן:בד"וו, כ'מיין ס'איז די חתם סופר.
איינער זאגט אז אין די ABC זעהט מען אפיקורסות: דורך די סדר האותיות OPQRS
אפשר איז לשון הקודש מילכיג צוליב די סדר "מלך"?

אין אידיש טיכל