בלאט 1 פון 1

בן סורר ומורה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 1:58 pm
דורך זר זהב
ס'דא א מחלוקת צי ס'בכלל אמאל געווען א בן סורר ומורה. איך וויל פארשטיין פונקטליך, וועלכע טאטע מאמע וואלט געהאט די הארץ צו נעמען זייער זון צום בי"ד אז
מ'דארף אים הרגנ'ן?
האב איך טאקע יעצט געליינט (גע'גוגל'ט) אזוי וואס פארענפערט גאר די פראגע: היד רמ"ה קובע שרבי שמעון בדעה שבן סורר ומורה "לא היה ולא עתיד להיות" משום שלא ימצאו הורים שיזמו מהלך כזה שיוביל למיתת בנם. איז דאך גוט.

וויפיל בן סורר'ס דרייען זיך ארום אין ווילי און ב.פ.? הערן נישט צו צו זייערע עלטערן, זיי פרעסן און זויפן אין רעסטאראנטן. -- וויפיל קאווע שטיבל לייענערס וואלטן מסכים געווען אז זיי קומט זיך מיתה?
קען איינער אימעדזשינען אזא "וגרמוהו אותו כל העיר"? טאקע ממש יעדער? קינד און קייט מענער פרויען? איך זעה אין מיין דמיון הערשל קלאר לויפט כאפן דעם גרעסטן שטיין, אנדערע פרומאקעס לויפן מאכן ש"י טבילות, און אונז אויפגעקלערטע וועמען סופארט'ן מיר אונז?

איך אנטשולדיג זיך פאר די שטותים וואס איך האב נארוואס געשריבן.