בלאט 1 פון 2

א נייע סטייל: איך האב ליב דעם אויבערשטן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 2:59 pm
דורך מורינו הרב
עס איז לעצטנס א וועלט ווי פילע ליידיגגייער און פארפוילטע יונגען הייבן זיך די קעפ. דער תירוץ וואס מען הערט פון יעדן איז בערך די זעלבע "דער אויבערשטער איז א גוטער", "דער אויבערשטער האט מיר ליב", א זאך וואס איז גראדע אמת, אבער גיבט אויך א בארעטיגונג פאר אלע מנובלות און עבירות וואס מען וויל נאר עובר זיין.

לאמיר הערן דעת הציבור איבער די נושא.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:06 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'איז נישט לעצטענסט
ס'איז זייט ברסלב...
כ'האב גארנישט געזאגט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:08 pm
דורך קאווע טרינקער
דו מאכט מיר נאר טראכטן

ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.

אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:16 pm
דורך גדעון
מ'זעהט אויך יעדן פורים ווען די ליידיגייער וואס ווילן ווייזן אז זיי זענען עכט שיכור הייבן זיי אלע אן צו פארפירן ווי שטארק זיי האבן ליב דעם אייבישטער.

ענטפער צו קאווע טרינקער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:21 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו מאכט מיר נאר טראכטן

ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.

אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה

ווייל ס'איז דא א בחירה. הקב"ה האט געגעבן פאר יעדן די ברירה צו זיין קלוג און נארמאל. אויך צו זיין סטופיד און פארקוועטשט. אויך צו זיין א היפאקריט. און מיר האבן א ברירה צו פייפן אויף די אלע בהמות און איגנארירן זייער גאנצע סטופידיטי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:23 pm
דורך שלמה_דיין
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו מאכט מיר נאר טראכטן

ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.

אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה


נא, וואס איז דאס! הבוחר בעמו ישראל באהבה, אוהב עמו ישראל, די ברכות זענען שוין אויך פראבלעמאטיש? איי דיין קושיא? אויף דעם זאגט דער פסוק קלאר:

מאתו לא תצא הרעות והטוב


דאס וואס מענטשן טוען לייג נישט ארויף אויף גאט. אויב איז דאס מותר ע"פ תורה, איז דאך קלאר אז גאט האט דיר ליב. און אז יענער פארגינט דיר דאס נישט, טא וואס ווילסטו פון גאט?

-----

בערלבעלעגלה האקט

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:27 pm
דורך קאווע טרינקער
יואש
מ'פארשטייט מיך נישט
ה' האט בוחר געווען בעמו ישראל איבער אנדערע אומות, ווי ס'איז מפורש "תחת כי אהב את אבותיך".

מאתו לא תצא הרעות מיינט אז אלץ וואס ה' מאכט קען מען ניצן לטוב און לרע, מיט קמח קען מען עסן חמץ אין פסח, און די אינטערנעט קען מען לערנען און העלפן אידן

נו, איך מוז גלייבן אז ה' האט מיט פערזענדליך ליב?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:15 pm
דורך zurich
קאווע טרינקער האט געשריבן:דו מאכט מיר נאר טראכטן

ערשטענסט, ס'איז בכלל נישט דא קיין חיוב צו גלייבן אז ה' האט דיך ליב. בכלל נישט. איטס אפ טא יא.

אויב ה' האט מיר טאקע ליב פארוואס ער געלאזט די רשות פון אסר'ן יעדע דבר טוב וואס איז מותר על פי תורה

לכאורה איז יא דא א חיוב.
ווייל,הער א פשעטל..
ואהבת את ה' אלוקך בוסטו מסכים אז ס'א מצווה א יא? שטייט דאך כמים פנים לפנים כן לב האדם,נו איין מאל דו האסט ליב ה' איז כמים פנים לפנים האט דיר ה' אויך ליב.

קאפטשוי?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:16 pm
דורך קאווע טרינקער
כן לב האדם. ה' איז נישט אדם

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:29 pm
דורך גאלד
ליין דעם כלי יקר ותמצא נחת

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:32 pm
דורך zurich
קאווע טרינקער האט געשריבן:כן לב האדם. ה' איז נישט אדם

כרחם אב על בנים,איך פארשטיי נישט ה' האט עפעס געפילן אז מען זאל עים צוגלייכן צו א בשר ודם? אלא מאי זעהט מען אז ס'קלאר דא אזא זאך אז מען זאל צוגלייכן כביכול צו אונזערע מושגים .
ממילה האק נישט קיין טשייניק!!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:41 pm
דורך גאלד
די אלע מידות איז נישט שייך ביים אייבירשטן, נאר וואס דען, זיינע פעולות וויזוי ער איז מנהיג די וועלט, קוקט אויס ווי א בשר ודם וואס זאל ווען האבן די מידות,

דער אייבישטער איז אינו גוף ולא ישגיהו משיגי הגוף ואין לא שום דמיון כלל

דאס מיינט ער האט נישט קיין שום שטריכן וואס א גוף קען האבן, ס'נישטא קיין עמאשנס ביי הקב"ה,

נו וואס איז יא הקב"ה?

איז דער תירוץ,

אין לו שום דמיון כלל!

ער איז נישט קאמפערעבל צו גארנישט וואס א מח קען משיג זיין,

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:45 pm
דורך ידען
אהבתי אתכם אמר ה׳ איז א פסוק וואס דער אייבערשטער זאגט פאר אלע אידן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:47 pm
דורך קאווע טרינקער
יעדע פסוק האט זיך זיין מקום וזמן

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:53 pm
דורך zurich
בנים אתם לה', וועלכע טאטע האט דען נישט ליב זיינע קידער!!
אתם מיינט "יעדער יוד"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:35 pm
דורך שמעקעדיג
וויפיל מאל זאגן מיר א ברכה בשם ומלכות "הבוחר בעמו ישראל באהבה", "אוהב עמו ישראל",
דו גלייבסט אז ס'קען זיין א ברכה לבטלה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:11 pm
דורך gehlungen
קאווע טרינקער האט געשריבן:יואש
מ'פארשטייט מיך נישט
ה' האט בוחר געווען בעמו ישראל איבער אנדערע אומות, ווי ס'איז מפורש "תחת כי אהב את אבותיך".

מאתו לא תצא הרעות מיינט אז אלץ וואס ה' מאכט קען מען ניצן לטוב און לרע, מיט קמח קען מען עסן חמץ אין פסח, און די אינטערנעט קען מען לערנען און העלפן אידן

נו, איך מוז גלייבן אז ה' האט מיט פערזענדליך ליב?

That's definitely not the real pshat to maetoi lo seitzei etc. !!

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:13 pm
דורך שמיטה
מורינו הרב האט געשריבן:עס איז לעצטנס א וועלט ווי פילע ליידיגגייער און פארפוילטע יונגען הייבן זיך די קעפ. דער תירוץ וואס מען הערט פון יעדן איז בערך די זעלבע "דער אויבערשטער איז א גוטער", "דער אויבערשטער האט מיר ליב", א זאך וואס איז גראדע אמת, אבער גיבט אויך א בארעטיגונג פאר אלע מנובלות און עבירות וואס מען וויל נאר עובר זיין.

לאמיר הערן דעת הציבור איבער די נושא.

געווענליך ניצן די סארט חברה די אויסדריק "טאטע" אנשטאט "אויבערשטער". "טאטע זיסע", "מ'רעדט צום טאטן", "איך האב דיר ליב טאטע"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 6:57 pm
דורך איחוד פעלד
שוין לאנג וואס עס גראפעלט מיר דער ענין צו מען מוז גלייבען אז די אויבערשטער האט ליב יעדעס יחיד.
לכאורה קומט עס פין די קריסטען וואס זאגען יאשקע האט דיך ליב להבדיל וכו'.
אין פסוק שטייט דאכט זיך נישט קיינמאל אז די אויבערשטען האט ליב יעדעס יחיד, אלע פסוקים שטייען נאר אז די אויבערשטער האט ליב דער כלל.
לדעתי וואלט איך געזאגט, אז א מענטש וואס זאגט אז די אויבערשטער האט אים ליב איז א בעל גאה, וואס רעדט זיך איין אז זיינע מעשים זענען אזוי געוואלדיג אז די אויבערשטער האט אים ליב.
צומאל ווען א מענטש זאגט מיר די אויבערשטער האט מיך ליב, פרעג איך מהיכי תיתי, אפשר האט ער דיך פייינט בתכלית השנאה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:30 pm
דורך משה געציל
איך פרעזענליך זע נישט קיין שום חסרון מיט די חברה וואס זענען אין לאוו מיטן באשעפער. איי מען זינדיגט מיטן אויסרייד אז מען האט ליב דעם באשעפער? ע״פ רוב וואלטן ווען די חברה געווען אסאך ווייטער פארפארען און וואלטן אינגאנצן פון באשעפער נישט געוויסט צו זאגן, אויב דאס מאכט זיי, זינדיגן ווייניגער, היטן שבת, עסן כשר׳ס, גיין מיט ציצית, וכו׳ וכו׳ אדרבה ואדרבה.
נאר אלטס א זייטיגע נאטיץ קוועטשט מיר אסאך מאל, איך פראביר צו פארשטיין, לכאורה וואלטן די חברה געדארפט צו זיין פון די פרייליכסטע און מערסט אויפגעלייגסטע וואס איז פאראן אין כלל ישראל, עפעס א קלייניגקייט??? אזא נאנטע ריליעשענשיפ מיטן באשעפער??? למעשה ווייזט דער מציאות אז די חברה זענען ע״פ רוב דעפרעסט און דערביטערט, וצ״ע.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:14 pm
דורך נולד מאוחר
איך גלייב אז עס גייט ציזאמען ער האט פיינט יעדע גוי און ער האט ליב יעדער איד.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:40 pm
דורך זר זהב
איחוד פעלד האט געשריבן:.
צומאל ווען א מענטש זאגט מיר די אויבערשטער האט מיך ליב, פרעג איך מהיכי תיתי, אפשר האט ער דיך פייינט בתכלית השנאה?

א יעדע נשמה איז א חלק אלוקי ממעל, א יעדער איד איז א שטיק פונעם הייליגן באשעפער. האסטו פיינט איינע פון דיינע פינגערס?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 6:25 am
דורך מורינו הרב
אזעלכע כפירה וואס איך ליין דא, איז נבהל ונשתומם צו ווערן:

עס איז נישט פאראן קיין זאך וואס איז נישטא ביים באשעפער, אפילו ווען מיר פארשטייען נישט אלעס, אבער "אלעס" און ממש "אלעס" איז דא ביים באשעפער, און אפילו מאושנס, געפילן, איז אויך דא ביים באשפער. און יא, דער באשעפער האט "ליב", אפילו דו קוקסט אן ליבע אלס זאך וואס וואס איז א נידעריגערע סארט זאך און באלאנגט נישט כביכול צום באשפער.

במקום גדולתו, שם אתה מוצא ענוותונותו.