בלאט 1 פון 4

שכר לימוד

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 3:59 pm
דורך פריינדליך
צד א: מען קען נישט נעמען דיינע קינדער אומזינסט, עס קאסט א געוואלד מיט געלט אויפצוהאלטען א מוסד, און די הנהלה מיטשעט זיך סיי ווי אפילו יעדער באצאלט זיין התחייבות, דערפאר אז די ווילסט שיקען דיינע קינדער אינעם מוסד מיסטע באצאלן שכר לימוד, אן די אינקאם פון שכר לימוד איז נישט במציאות אויפצוהאלטען א מוסד ע"פ דרך הטבע,

צד ב: אין לי... אלעס איז 100% גערעכט... אבער אין לי.. איך האב אכט קינדער, די הכנסות קאווערט קום די הוצאות, איך ספענט נישט מער ווי די הכרח און איך קום נישט אויס אזוי אויך נישט,

צד א: מען וועט אהיים שיקען דיינע קינדער וואס האבן נישט קיין איינטריט קארד,

צד ב: עס טוט מיר זייער לייד אז מיינע קינדער וועלען ווערען פארשעמט ...... אבער ווייטער מיטען זעלבען תירוץ..א-י-ן ל-י איך האב נישט קיין געלט, איך ארבייט שווער זעקס טעג א וואך, אין האב ניטאמאל ווען צוגיין נאך געלט,

וואס איז די התחייבות פינעם מוסד פאר די ציבור?

איז אנדערש א מוסד וואס באלאנגט פאר א קהלה און דער אינגערמאן איז דארט א מעמבער? ווי למשל סאטמער/סאטמער /באבוב/ באבוב/פאפא וכדומה, און לעומת זה איז דא מוסודות ווי למשא קראלע וואס זיי זענענן קיינעם גארנישט מחיוב?!

איז דא א חילוק פון וומבסב"ג ביז קר"י? קען א קר"י אינגערמאן א ארוני טענה'ן אז עטץ מיזט נעמען מיינע קינדער וויבאלד עטץ זענטץ די שטאטישע מוסד? {די איינציגסטע מוסד בהיתר לויט זיי}

קען א מוסד זאגען פאר עלטערען אז עס איז נישט זייער דאגה אז דער אינגערמאן האט נישט קיין געלט? אדער א מוסד האט א התחייבות צום ציבור??

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:03 pm
דורך קאווע טרינקער
אויב איינער האט באמת נישט קיין געלט, וואלט געפאסט די מוסד אריינצונעמן די קינדער
די שאלה איז צו ער ספענט געלט אויף אום-וויכטיגע זאכן

באמת, אפילו א מוסדות וואס געהערט צו א קהילה האט נישט קיין "חיוב" (אויב ס'איז דא נאך מוסדות אין שטאט)

אויב ס'מאכט זיך אפט, אז מענטשען קענען נישט באצאלען שכ"ל צוליב האבן אסאך קינדער, דאן.....?????

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:04 pm
דורך שמואל הלוי
אז איינער האט נישט קיין געלט איז דאך דא פארדעם "תקנת רבי יהושע בן גמלא".
פארוואס טאקע ווערט היינט נישט פארסירט די תקנה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:05 pm
דורך קאווע טרינקער
אין "עמי" די וואך איז געוווען א לאנגע מאמר
איבער homeschooling

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:07 pm
דורך זר זהב
וויפיל איז דער עווערעדזש שכר לימוד קאסטן אין ברוקלין?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:08 pm
דורך שמואל הלוי
דאכט זיך אז 200 א קינד + טראנפארטאציע, + קרן הבנין, + רעגעסטראציע, וכו' וכו'.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:10 pm
דורך זר זהב
דער קרן הבנין איז נישט בארעכטיגט. פארוואס גיין אלע עלטערן ווי שאף צו די שחיטה?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:11 pm
דורך פריינדליך
רעגעסטראציע איז א זאל וואס איך וועל לכאורה קיינמאל נישט פארשטיין, דאכט זיך מיר אז עס איז גניבה בתפארתה,

ענטפער צו שמואל הלוי

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:12 pm
דורך berlbalaguleh
שמואל הלוי האט געשריבן:אז איינער האט נישט קיין געלט איז דאך דא פארדעם "תקנת רבי יהושע בן גמלא".
פארוואס טאקע ווערט היינט נישט פארסירט די תקנה?

אין געוויסע קהילות און שטעט מאכט מען טאקע אפיעלס פאר תקנת ר' יהושע בן גמלא. ווי ס'איז געווען אדווערטייזט אין אלע בלעטער פון די אידישע צייטונגען.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:17 pm
דורך היימישער
יעדער זאגט אז שכר לימוד אליין קען מען נאך באצאלן אבער די זייטיגע ווי קרן הבנין - רעגיסטראציע וכדומה דאס מאכט די אפעטיט פארגיין - איבערהויפט אז עס איז דא מוסדות וואס מאכן א רעגיסטראציע יעדע 2 חדשים

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:19 pm
דורך זר זהב
און טראנספארטאציע.
אויך אמאל נישט געווען.

בקיצור, דער עולם זאל נישט געבן קיין פעני ביי די דינערס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:21 pm
דורך שמואל הלוי
אזוי טוה איך, איך געב נישט קיין פעני דינער געלט היות מ'רייסט די הויט פון שכר לימוד אן קיין שום רחמנות (ס'קאסט מיר פער חודש נאנט צו א אלף'ל), פאריגע וואך קומען ארויף די פאנדרעיזערס פארן מוסד, און סטראשענען אז מ'גייט מיר העכערן די שכר לימוד היות איך געב נישט קיין דינער געלט.

א מין חוצפא דאס...

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:22 pm
דורך זר זהב
איך וואלט זיי אראפגעלאזט א פראסק במלאו מובן המלה

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:23 pm
דורך פריינדליך
שמואל הלוי האט געשריבן:רחמנות (ס'קאסט מיר פער חודש נאנט צו א אלף'ל),


וופיל קינדער האסטע אינעם מוסד?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:25 pm
דורך שמואל הלוי
4 אין צאל קעיה"ר.

עס קאסט מיר 920 א חודש (230 פער קינד)

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 4:27 pm
דורך שטערן
קאווע טרינקער האט געשריבן:אין "עמי" די וואך איז געוווען א לאנגע מאמר
איבער homeschooling


Home schooling could bring some problems for there parents
viewtopic.php?f=25&t=1748

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:20 pm
דורך היימישער
שמואל הלוי - איך געב $20 ביים דינער אזוי ווען מען מאכט א ריפארט ווער עס האט גארנישט געגעבען קימט מיין נאמען נישט ארויף

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:45 pm
דורך נולד מאוחר
שכר לימוד איז גארנישט אנדערשט ווי עני אנדרע עקספנס פאר קונדער ,שיך עסן,קליידונג.
חוץ אז איינער שיקט און חדר בלויז פאר רוחניות דארט הער איך די שאלה. און טאקע נאר בי אינגלעך.
וו

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:13 pm
דורך געפילטע פיש
זענען פארהאן היימישע מוסדות וואס שיקן אהיים קינדער פארן נישט צאלן שכ"ל?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:14 am
דורך אברעמעל
מיידלעך זיכער.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:19 am
דורך געפילטע פיש
טאקע? למשל? איך רעד אויב איינער האט טאקע נישט, נישט איינער וואס האט געלט צו פארן ל"ג בעומר קיין מירון און אדר קיין ליזענסק, נאר שכ"ל האט ער נישט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:48 am
דורך אברעמעל
מעגליך מ'נעמט צוריק, מ'שיקט אבער אהיים צו ווייזן אז מ'איז ערענסט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 1:24 am
דורך נולד מאוחר
נולד מאוחר האט געשריבן:שכר לימוד איז גארנישט אנדערשט ווי עני אנדרע עקספנס פאר קונדער ,שיך עסן,קליידונג.
חוץ אז איינער שיקט און חדר בלויז פאר רוחניות דארט הער איך די שאלה. און טאקע נאר בי אינגלעך.
וו

איך כאפ מיך יעצט אז פאבליק סקול איז בחנם ,זעט אויס אז עדיקעשען דארף זיין בחנם.