געמאכט פון פלייש!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 5:08 pm
*איבערגעזעצט אין אידיש א קורצע פיקטיווע פאנטאזיע געשיכטעלע.
"זיי זענען געמאכט פון פלייש!"
"פלייש?"
"יא, פלייש. זיי זענען געמאכט פון פלייש."
"ביסט זיכער, פלייש?"
"קלאר ווי דער טאג. מיר האבן געכאפט אפאר שטיק פון פארשידענע טיילן פון זייער וועלט, זיי ארויפגענומען אויף אונזער ספעיס-שיף, און האבן זיי באטאפט און געפארשט דורך און דורך. זיי זענען געמאכט גענצליך פון פלייש."
"דאס איז אוממעגליך. און וואס טוט זיך מיט די ראדיא סיגנאלן? די מעסעדזשעס צו די שטערנס?"
"זיי ניצן די ראדיא כוואליעס אלס א מיטל צו רעדן, אבער די סיגנאלן קומען נישט פון זיי אליין. די סיגנאלן קומען פון מאשינען."
"אה, איז ווער האט געמאכט די מאשינען? זיי זענען די מיט וועלכע מיר דארפן זיך פארבינדן."
"זיי האבן געמאכט די מאשינען. דאס פרוביר איך דיר דאך צו זאגן. די פלייש האבן געמאכט די מאשינען."
"איך בעט דיך, דאס מאכט דאך נישט קיין טראפ סענס. וויאזוי קען פלייש מאכן א מאשין? דו ווילסט איך זאל דיר גלייבן אז עס איז דא א וועזן וואס איז געמאכט פון פלייש."
"דו דארפסט מיר נישט גלייבן. איך זאג דיר א פאקט. די באשעפענישן זענען די איינציגסטע סארט פון דעם מין און זיי זענען געמאכט פון פלייש."
"אפשר זענען זיי עפעס אזוי ווי די קארבאן-באזירטע מין וואס גייט נאר דורך א פלייש פאזע?"
"ניין. זיי ווערן געבוירן פלייש און זיי שטארבן פלייש. מיר האבן זיי שטודירט פאר עטליכע פון זייערע לעבן ציקלס, וואס נעמט נישט צו לאנג. פרוביר נאר צוטרעפן ווי לאנג די דאזיגע פליישלעך לעבן?"
"ס'גוט אזוי. אקעי, אפשר זענען זיי נאר טיילווייז פלייש. עפעס בערך ווי אן אנדערע מין וואס מיר האבן שוין אמאל באגעגנט. א פליישיגע קאפ מיט אן עלעקטראן פלאזמא מוח אינעווייניג?"
"ניין. מיר האבן געהאט געטראכט פון אזא מעגליכקייט, וויבאלד זיי האבן טאקע פליישיגע קעפ, ווי די יעניגע מין. אבער כ'האב דיר געזאגט, מיר האבן זיי גוט דורכגעפארשט. זיי זענען א שטיק פלייש דורך און אדורך."
"זיי האבן נישט קיין מוח?"
"יא, נאך ווי זיי האבן א מוח. נאר עס איז אויך געמאכט פון פלייש! דאס פרוביר איך דיר דאך מסביר זיין די גאנצע צייט."
"אויב אזוי, וויאזוי ... ווער טוט ביי זיי די חלק פון טראכטן?"
"דו פארשטייסט טאקע נישט וואס דא טוט זיך? דו כאפסט נישט וואס איך דערצייל דיר דא? דער מוח טוט דאס טראכטן. די פלייש."
"טראכטנדיגע פלייש! דו פארלאנגסט איך זאל גלייבן אין אזא זאך ווי טראכטנדיגע פלייש!"
"יא, אזוי ווי דו זאגסט, טראכטנדיגע פלייש! באוואוסטזיניגע פלייש! ליב-האבנדיגע פלייש. חלומ'דיגע פלייש. די פלייש איז די גאנצע מעשה! הייבסט שוין אן באגרייפן דעם בילד אדער איך וועל באלד דארפן אנהייבן נאכאמאל פון אנהייב?"
"אומגלויבליך. ס'הייס דו רעדסט גאר ערנסט. זיי זענען פשוט געמאכט פון פלייש!"
"שקויעך. ענדליך. יא. זיי זענען פשוט און פראסט געמאכט פון פלייש. און זיי פרובירן שוין פאר א משך פון כמעט הונדערט יאר זיך צו פארבינדן מיט אונז."
"פשיהא. נו, וואס ווילן זיי די פלייש?"
"קודם ווילן זיי רעדן צו אונז. דערנאך שטעל איך מיך פאר ווילן זיי פארשן די וועלט, מאכן קאנטאקט מיט אנדערע וועזנס, אויסטוישן געדאנקען און אינפארמאציע. אזוי ווי געווענליך."
"און מיר זאלן רעדן צו די פלייש?"
"דאס איז דער געדאנק. דאס איז די מעסעדזש וואס זיי שיקן ארויס דורך ראדיא שטראלן. 'העלא. איינער איז דא? איינער געפינט זיך דארט.' עפעס אזוי."
"דאס הייסט אז זיי קענען אייגנטליך יא רעדן. זיי ניצן ווערטער, געדאנקען, באגריפן?"
"יא, זיכער. נאר זיי טוען דאס מיט פלייש."
"כ'האב געמיינט האסט מיר נארוואס געזאגט אז זיי האבן גענוצט ראדיא."
"ריכטיג, אבער וואס מיינסטו ליגט אויף די ראדיא? פלייש קולות. ווייסט די גערודער ווען מען רוקט אדער מען קלאפט פלייש? אזוי רעדן זיי דורכ'ן קלאפן זייער פלייש איינס אינעם אנדערן. זיי קענען אפילו זינגען דורכ'ן ארויסשטופן לופט צווישן זייער פלייש."
"מוראדיג. זינגענדיגע פלייש. כ'מיין דאס אלעס איז שוין צופיל. איז אלזא, וואס האלטסטו?"
"אפיציעל אדער אומאפיציעל."
"ביידע."
"אפיציעל דארפן מיר מאכן קאנטאקט, באגריסן און אריינלייגן די אינפארמאציע פון סיי וועלכע און אלערליי וועזנס אדער מולטי-וועזנס אין דעם פערטל פון די אוניווערס, אן קיין שום פחד אדער סיי וועלכע נגיעות. אומאפיציעל, וואלט איך געראטן אז מיר זאלן פארמעקן די רעקארדס און פארגעסן פון די גאנצע זאך."
"איך האב געהאפט אז דו וועסט דאס זאגן."
"עס קען אפשר קלינגען פארביסן, אבער אלעס האט א שיעור. דארפן מיר טאקע מאכן קאנטאקט מיט פלייש?"
"איך בין הונדערט פראצענט מסכים מיט דיר. וואס דארפן מיר זאגן? 'העלא, פלייש. וואס הערט זיך עפעס?' די שאלה איז צי וועט דאס ארבעטן? פון וויפיל פלאנעטן האנדלט זיך עס דא?"
"נאר איינס. זיי קענען שוין אפרייזן צו אנדערע פלאנעטן אין ספעציעלע קאסטנס, אבער זיי קענען נישט לעבן אויף זיי. און זייענדיג פלייש, קענען זיי נאר פליען דורך איין סארט ספעיס. דאס באגרעניצט זיי צו פליען נאר אזוי שנעל ווי די ספיד פון ליכטיגקייט און דעריבער איז זייער שאנס אז זיי זאלן אמאל קענען מאכן קאנטאקט זייער פיצל. כמעט אוממעגליך."
"איז שפילן מיר ווי גלייך מיר האבן גארנישט געזען און געהערט? ווי גלייך עס איז דא איבעראל ליידיג?"
"אקוראט אזוי."
"רשעות. אבער ווי דו האסט אליין געזאגט, ווער וויל זיך דען טרעפן מיט פלייש? און וואס טוט זיך מיט די חברה וואס מיר האבן ארויפגעשלעפט אויף אונזער ספעיס-שיף, די וועלכע מיר האבן אנאליזירט? ביסט זיכער זיי וועלן גארנישט געדענקען?"
"זיי וועלן סייווי באטראכט ווערן ווי צערודערטע אויב זאלן זיי יא עפעס געדענקען. מיר זענען אריין אין זייערע קעפ און מסדר געווען זייערע פלייש אזוי אז מיר זענען ביי זיי בלויז ווי א חלום."
"א חלום צו פלייש! ווי מאדנע איז דאס אז מיר וועלן זיין א פלייש'ס חלום."
"און מיר האבן באצייכנט דעם גאנצן ארטיגן טייל אלס 'נישט אקופירט'."
"פיין. מסכים, אפיציעל און אומאפיציעל. נעקסט קעיס. איז דא עפעס אנדערש? סיי ווער אינטערעסירט אין דעם זייט פון די גאלאקסיע?"
"יא, גאנץ א שעמעוודיגע אבער זיסע הידראגען געהענגל מין אין א קלאס ניין שטערן פון א ווייטע זאנע. זיי זענען געווען אין פארבינדונג מיט צוויי גאלאקסישע ראטאציעס צוריק און ווילן ווידער א שלום."
"הע, אין דער ענדע קומען זיי אלץ צוריק."
"און פארוואס נישט? שטעל דיך נאר פאר ווי אומדערטרעגליך און אומגעהויער קאלט און איינזאם די אוניווערס וואלט געווען אויב איינער איז אינגאנצן אליין..."