בלאט 1 פון 1
לייטערס אדער כמו?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:10 pm
דורך נולד מאוחר
ווייסט איינער אויב די לייטערס סוכה האלט זיך לענגער אדער בעסער פון די כמו לייטערס?
איך האב געהערט אז די חילוק אין פרייז איז א גרויסער,וויל איך וויסען לוינט זיך צי צאלן מער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 7:11 pm
דורך קלאר
אז מ'רעדט שוין
פארוואס זאל נאך איינער קויפן די לייטערס ווען מ'קען האבען א לעגא?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 8:17 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב מיטאמאל געטראכט פון די לעגא , נא וואס איז טאקע די מעשה מיט לעגא?
ריך ווייס נישט , כ'זע עפעס נישט דער עולם זאל עס האבן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:12 pm
דורך נפתלי
קלאר האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין
פארוואס זאל נאך איינער קויפן די לייטערס ווען מ'קען האבען א לעגא?
פארוואס זאל איינער קויפן דבש ווען מ'קען האבן גאלדען פלאו?
מענטשן רעדן זיך אפ אויף די לעגאו סוכה אז ס'איז דיקע פלעסטיק און ס'שאפט א היץ אין די סוכה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:03 pm
דורך אייגענארטיג
עס איז דא מעלות וואס די לעגא סוכה האט און לייטער נישט
1) עס ווערט נישט ראסטיג
2) אפילו אויב די שטיקלעך זענען נישט גראד ווערט עס נישט צובויגן וואס ווי באקאנט ביי די לייטערס ווערט עס יא צובויגן
3) אפילו אויב א שטיקעל ווערט יא צובויגען אדער פארלוירן קאסט עס אפאר דאללער צו קויפן א נייע משא"כ ביי די לייטער סוכה קאסט עס ממון ודמים אז עס קען כמעט זיין ביליגער צו קויפן א גאנצע נייע פענעל סוכה.
איך ווייס איינער וואס האט געהאט אפאר שטיקלעך צובויגן אין וויבאלד עס איז אייזן האט ער גארנישט געקענט טוען אין איין יאר נאכן קויפן זיין סוכה פאר אריבער אן אלף'ל האט ער געספענט אפאר הונדרעט טאלער פאר די שטיקלעך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:46 pm
דורך נולד מאוחר
נפתלי האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:אז מ'רעדט שוין
פארוואס זאל נאך איינער קויפן די לייטערס ווען מ'קען האבען א לעגא?
פארוואס זאל איינער קויפן דבש ווען מ'קען האבן גאלדען פלאו?
מענטשן רעדן זיך אפ אויף די לעגאו סוכה אז ס'איז דיקע פלעסטיק און ס'שאפט א היץ אין די סוכה
אין א קאלטע סוכות איז עס א מעלה סווארם.
פרייס ווייס זענען זיי גלייך?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:22 am
דורך קלאר
איך מיין אז איך וואלט ענדערש גענומען א לעגא סוכה אין העכסטנס צוגעקויפט א פארטעבל עיר קאנדישאן
איך קלער אז עס וועט נאך אלס אויסקומען ביליגער ווי לייטערס
דאס אז מ'קען עס גרינג סטארעזשען, טראגען אין ברענגן אז פאר מיר זייער א גרויסע מעלה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:25 am
דורך איחוד פעלד
לעגא סוכה איז דאכט זיך היסטארי.
נישטא צו באקומען.
די שאלה איז צווישען לייטער און סוכה דיפא.
א גוטע שאלה, אלע וואס האבען לייטער זענען העפי אז זיי האבען נישט סוכה דיפא.
די עיקר מעלה פין לייטער אז זיי האבען אכט פיסיגע. זיבען פיסיגע סוכה, מינוס די סכך, מינוס די נוי סוכה, פלאס דיין זיבען אינטשיגע שטריימעל, מיינט אן אנשטויס על כל פסיעה ופסיעה.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:05 am
דורך קלאר
לייטערס מאכט לכתחילה נאר 7 פיס הויעך, כ'מיין אז די אנדערע קומען לכתחילה העכער
רוב ווילן דאך ענדערש 8 פיס ווייל מ'וויל הענגן נוי סוכה אויף דאך
אין פאר יעדע קליינע טויש רעכענען זיי ריזיגע געלטער אנע רחמנות
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:15 am
דורך קלאר
וויאזוי לייגט מען ארויף א ווידיא?
איך וויל לייגן די לעגא סוכה
http://youtu.be/CPz-gx-U-rk
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:17 am
דורך קלאר
איחוד פעלד האט געשריבן:לעגא סוכה איז דאכט זיך היסטארי.
נישטא צו באקומען.
פארוואס טאקע? ס'נישט געגאנגען? כ'האב דאך געהערט פין מענטשן אז זיי זענען יא ציפרידן דערפון
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:21 am
דורך שרייבער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:22 am
דורך קלאר
זעה
דא א חילוק אין פרייזן וויפיל מער זיי בעטן פאר 8 פיס
ביי סוכה דיפאוי זעה איך נישט די הייעך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:53 pm
דורך נס קאווע
איך זעה נישט זיי זאלן בעטן צופיל ביליגער לייטערס בעט 1200 און סוכה דיפאו בעט 1145 פאר א 6X8 בד"ו וואס זאגט דער עולם צו די סחורה'נע סוכות פיהל ביליגער
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:50 pm
דורך קלאר
נס קאווע האט געשריבן:איך זעה נישט זיי זאלן בעטן צופיל ביליגער לייטערס בעט 1200 און סוכה דיפאו בעט 1145 פאר א 6X8 בד"ו וואס זאגט דער עולם צו די סחורה'נע סוכות פיהל ביליגער
איך מיין אז סוכה דיפוי קומט העכער ווי 7 פיס
אין איך גלייב אז די פרייז וואס די האסט געטשעקט ביי לייטערס איז פין די 7 פיסיגע פענעלס וואס כמעט קיינער גלייכט נישט
רעכן צו נאך בערך 80 דאללער פאר א פענעל ביי לייטערס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:20 pm
דורך נס קאווע
לייטערס זיבן פיס $1120 אכט פיס $1200 סוכה דיפאו $1145 סך הכל $55 ביליגער ווי לייטערס וואס אויב זאל לייטערס זיין בעסער און שטערקער איז עס נישט קיין סאך
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:36 pm
דורך אשכנ
זענען נאך דא באנוצער פון די אלטע האלצענער ברעטער? וויפיל דארף אזא סוכה קאסטן?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:38 pm
דורך נס קאווע
בערך $25 א ברעט מיינעך יא ס' נאך דא
וואס זאגט דער עולם צו די סוכה?
http://www.sukkot.com/tubular.htm
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:39 pm
דורך לעמיל
אשכנ האט געשריבן:זענען נאך דא באנוצער פון די אלטע האלצענער ברעטער? וויפיל דארף אזא סוכה קאסטן?
עס קומט אויס אסאך ביליגער ווי לייטער און עס איז גרינגער צו לייגען נוי סוכה לייטער איז זייער שווער אז די נוי סוכה זאל זיך האלטען
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:12 pm
דורך אוי טאטי
איחוד פעלד האט געשריבן:לעגא סוכה איז דאכט זיך היסטארי.
נישטא צו באקומען.
די שאלה איז צווישען לייטער און סוכה דיפא.
א גוטע שאלה, אלע וואס האבען לייטער זענען העפי אז זיי האבען נישט סוכה דיפא.
די עיקר מעלה פין לייטער אז זיי האבען אכט פיסיגע. זיבען פיסיגע סוכה, מינוס די סכך, מינוס די נוי סוכה, פלאס דיין זיבען אינטשיגע שטריימעל, מיינט אן אנשטויס על כל פסיעה ופסיעה.
לעגא עדווערטייזט די וואך כאילו לא היה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:55 pm
דורך קלאר
קלאר האט געשריבן:איחוד פעלד האט געשריבן:לעגא סוכה איז דאכט זיך היסטארי.
נישטא צו באקומען.
פארוואס טאקע? ס'נישט געגאנגען? כ'האב דאך געהערט פין מענטשן אז זיי זענען יא ציפרידן דערפון
עס איז געהעריג דא צו באקומען, פין ווי האסטו גענומען דיין אינפוי?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 30, 2014 7:07 pm
דורך לאליפאפ
קומט סוכות אויפן וועלט!