בלאט 1 פון 2
משכילים- מה זה? היינט און אמאל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:23 pm
דורך zurich
מ'הערט אזוי פיל און אסאך אשכולות אז קאווע טרינקערס דאהו זענען משכילים.
איך מיין אז מען האט זיך סתם פארלייגט אויף אונדז דא ווייל די חוליק פון די פריעדיגע משכילים אין די אזוי געריפענע היינטיגע משכילים הנקרא "אויפגעקלערטע" איז הימל אין ערד.
אמת. ביידע גייען אויף איין מהלך אבער ס'דא גאר א גרויסע נפקא מינה , די משכילים דעמאלטס האבן חוזק געמאכט פון אלעס וואס איז ביי אונדז הייליג, פון אברהם אבינו צו משה רבנו אלעס האבן זיי אפגעלאכט.
משא"כ אונדז קאווע טרינקער מאכן חוזק, און קיקן אלעס אן קאלט נאר די היינטיגע דור. מיט די "בעלאני" רבנים,וואס ווייל זיי האבן זיך דערקלערט רבנים איז קיינער נישט שילדיג!! אבער די פריעדיגע דורות איז ביי אונדז זייער הייליג!!
כלל הדברים. אונז זעמיר קאלט צו דעים יעצטיען דור מיט אלע נארישקייטן וואס ס'דא אין דעים עי' באשכול פון קאנצעפט, מש"אכ די משכילים, זענען געוועין קאלט טו עווריטינג!!
די עולם איז מסכים?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:30 pm
דורך וויליאמסבורגער
זיידעטשקע האט געשריבן:און וואס איז משכילים? ?
משכילים מיינט קליגע. ווי דער פסוק זאגט והמשכילים יזהירו כזוהר החמה.
עס שטייט "והמשכילים יזהירו כזוהר
הרקיע"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:31 pm
דורך יידל
האט דען די רקיע א שיין? וואס איז טאקע פשט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:31 pm
דורך וויליאמסבורגער
יידל האט געשריבן:האט דען די רקיע א שיין? וואס איז טאקע פשט?
איי געס באטאג איז די הימל לעכטיג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 9:51 pm
דורך אייגענארטיג
עס איז נישט דא קיין חילוק פון אמאליגע משכילים און היינטיגע משכילים נאר איך האלט נישט אז ווען איינער ליפטערט זיך אביסל אויס אין שרייבט אביסעלע. אין פארשטייט זיך אז רוב פון די ביסעלע איז רוב שטותים איז א משכיל.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 10:32 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:האט דען די רקיע א שיין? וואס איז טאקע פשט?
אויב רקיע איז וואס מיר רופן אן הימל, און הימל מיינט די אטמאספערע, ווייל די בלויע הימל קען נאר מיינען אטמאספערע, ווייל ספעיס איז נישט בלוי, דעמאלס קען די רקיע מזהיר זיין, ס'לייכט, נישט איר אייגענע ליכט, נאר די ריפלעקציע פון די זון שטראלן וואס שטויסן זיך אן אין די אטמאספערע.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 03, 2012 11:07 pm
דורך berlbalaguleh
zurich האט געשריבן:מ'הערט אזוי פיל און אסאך אשכולות אז קאווע טרינקערס דאהו זענען משכילים.
איך מיין אז מען האט זיך סתם פארלייגט אויף אונדז דא ווייל די חוליק פון די פריעדיגע משכילים אין די אזוי געריפענע היינטיגע משכילים הנקרא "אויפגעקלערטע" איז הימל אין ערד.
אמת. ביידע גייען אויף איין מהלך אבער ס'דא גאר א גרויסע נפקא מינה , די משכילים דעמאלטס האבן חוזק געמאכט פון אלעס וואס איז ביי אונדז הייליג, פון אברהם אבינו צו משה רבנו אלעס האבן זיי אפגעלאכט.
משא"כ אונדז קאווע טרינקער מאכן חוזק, און קיקן אלעס אן קאלט נאר די היינטיגע דור. מיט די "בעלאני" רבנים,וואס ווייל זיי האבן זיך דערקלערט רבנים איז קיינער נישט שילדיג!! אבער די פריעדיגע דורות איז ביי אונדז זייער הייליג!!
כלל הדברים. אונז זעמיר קאלט צו דעים יעצטיען דור מיט אלע נארישקייטן וואס ס'דא אין דעים עי' באשכול פון קאנצעפט, מש"אכ די משכילים, זענען געוועין קאלט טו עווריטינג!!
דער עולם איז מסכים?
איך בין מסכים מיט דיר אויף 100%. די אלטע אזויגערופענע משכילים (וועלכע זענען געווען אפיקורסים) און האבן חוזק געמאכט פון אלע מצוות און אלעס וואס שטייט אין די תורה, האבן זיך געפירט ווי גויים. משא"כ אונז, שרייבערס און ליינערס פון
קאווע שטיבל זענען ערליכע אידן. נאר מיר
קענען שוין נישט סובל זיין די נארישע און פאלשע שטיק פון די וואס רופן זיך רבנים און זענען נאר אויסן שווער צו מאכן דאס לעבן מיט זייערע נארישע איסורים וחרמות וואס קומען ארויס יעדן טאג חדשים לבקרים וואס קומט פון ליידיג גיין. אין די זעלבע צייט וואס זייער ריעל עסטעיט ביזנעס האלט אין איין וואקסן.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 4:20 am
דורך אליהועיני
berlbalaguleh האט געשריבן:איך בין מסכים מיט דיר אויף 100%. די אלטע אזויגערופענע משכילים (וועלכע זענען געווען אפיקורסים) און האבן חוזק געמאכט פון אלע מצוות און אלעס וואס שטייט אין די תורה, האבן זיך געפירט ווי גויים. משא"כ אונז, שרייבערס און ליינערס פון קאווע שטיבל זענען ערליכע אידן. נאר מיר קענען שוין נישט סובל זיין די נארישע און פאלשע שטיק פון די וואס רופן זיך רבנים און זענען נאר אויסן שווער צו מאכן דאס לעבן מיט זייערע נארישע איסורים וחרמות וואס קומען ארויס יעדן טאג חדשים לבקרים וואס קומט פון ליידיג גיין. אין די זעלבע צייט וואס זייער ריעל עסטעיט ביזנעס האלט אין איין וואקסן.
די הגדרה פון אמאליגע משכילים איז נישט דאס כפירה און זלזול בכל ערכי קדשנו. פארהאן געווען אזעלכע און אזעלכע (פונקט ווי היינט). זייער הגדרה איז טאקע דאס אז זיי האבן נישט געוואלט פארליידן דעם שלטון הרבנים והקהילות, און געזוכט איהם צונישט מאכן (כעין אוטואמנציפציה). אויב שוין יא א חילוק צווישן אמאל און היינט, די אמאליגע משכילים האבן נישט בלויז געפלוידערט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:45 am
דורך טעפל
zurich האט געשריבן:מ'הערט אזוי פיל און אסאך אשכולות אז קאווע טרינקערס דאהו זענען משכילים.
איך מיין אז מען האט זיך סתם פארלייגט אויף אונדז דא ווייל די חוליק פון די פריעדיגע משכילים אין די אזוי געריפענע היינטיגע משכילים הנקרא "אויפגעקלערטע" איז הימל אין ערד.
אמת. ביידע גייען אויף איין מהלך אבער ס'דא גאר א גרויסע נפקא מינה , די משכילים דעמאלטס האבן חוזק געמאכט פון אלעס וואס איז ביי אונדז הייליג, פון אברהם אבינו צו משה רבנו אלעס האבן זיי אפגעלאכט.
משא"כ אונדז קאווע טרינקער מאכן חוזק, און קיקן אלעס אן קאלט נאר די היינטיגע דור. מיט די "בעלאני" רבנים,וואס ווייל זיי האבן זיך דערקלערט רבנים איז קיינער נישט שילדיג!! אבער די פריעדיגע דורות איז ביי אונדז זייער הייליג!!
כלל הדברים. אונז זעמיר קאלט צו דעים יעצטיען דור מיט אלע נארישקייטן וואס ס'דא אין דעים עי' באשכול פון קאנצעפט, מש"אכ די משכילים, זענען געוועין קאלט טו עווריטינג!!
די עולם איז מסכים?
ביסט מער ווייניגער גערעכט, אבער זוך גוט אויף דא אינעם שטיבל וועסטו טרעפען אסאך היינטיגע משכילים דא וואס לאכען אפ פון אלע "אמאליגע הייליגע זאכען וכו'.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:58 am
דורך איחוד פעלד
יא יא
ווי אזוי האט פראנץ יאזעף געזאגט?
ביי מיר האט זיך עס אויך אזוי אנגעהויבען.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:24 am
דורך דבילה
פארוואס זוכסטו אזוי שטארק דעם חילוק פון אונזערע קאווע טרינקער צו די אמאליגע משכילים?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:51 pm
דורך שמעקעדיג
דיך באדערט נישט צו זיין א_ווי די אמאליגע משכילים?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:31 pm
דורך zurich
שמעקעדיג האט געשריבן:דיך באדערט נישט צו זיין א_ווי די אמאליגע משכילים?
איך האב טאקע מורא אז
ער איז א
משכיל!!!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:08 am
דורך נולד מאוחר
משה מענדעלסאן האט חוזק געמאכט פון תורה ומוצות?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:48 am
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:משה מענדעלסאן האט חוזק געמאכט פון תורה ומוצות?
פון ווי ווייסטו האסט געליינט זיינע ביכער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:22 pm
דורך נולד מאוחר
zurich האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:משה מענדעלסאן האט חוזק געמאכט פון תורה ומוצות?
פון ווי ווייסטו האסט געליינט זיינע ביכער?
איך פרעג
איך ווייס אז ער האט געמאכט א ערענסטע חובר אויף תורה.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:54 pm
דורך zurich
נולד מאוחר האט געשריבן:zurich האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:משה מענדעלסאן האט חוזק געמאכט פון תורה ומוצות?
פון ווי ווייסטו האסט געליינט זיינע ביכער?
איך פרעג
איך ווייס אז ער האט געמאכט א ערענסטע חובר אויף תורה.
וואס הייסט א ערענסטע חובר?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:59 pm
דורך נולד מאוחר
ערענסט מיין איך עס קוקט אויס פרום ריין פון כפירה דער אפלאכן פון הייליגע זאכן.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:48 pm
דורך אלזא
שלום
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:51 pm
דורך לעמיל
שלום עליכם מר' אלזא, מאכט אייך באקוועים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:20 pm
דורך אלזא
לעמיל האט געשריבן:שלום עליכם מר' אלזא, מאכט אייך באקוועים
שקויעך לעמיל פאזיטיוו

נישט נעגעטיוו אזוי ווי שמעק,,ע ד י ג

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:34 pm
דורך zurich
אלזא! פארוואס קומט גיטע צייטן?
ווייל מר'אלזא האט זיך אריינגעצויגן אין קאווע שטיבל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:00 pm
דורך העי נאו
די מעשה איז אינזער חינוך סאקט די ליין איז זייער שארט אין איין מאל איינער ווערט אביסל אויפגעקלערט זעט ער אז די ליין איז בי עס. וועגן עפעס א רעבע האט געזאגט עפעס מיינט עס נאכנישט תורת משה אבער איינמאל מען פעסט דעם ליין זעט מען שוין נישט קיין ליין אינפראנט פון זיך אין מען גייט בעסיקלי אלל דע וועי דאון הגם נישט ביי יעדעם אבער על פי רוב גייט אזוי אז אלעס וואס איז אמאל געווען הייליג איז שוין נישט. איי די לבוש פארוואס האלט ער עס נאך? איז סמיינט נאך נישט אפילו ער האלט ביי גארנישט דאך ווילער נאך אלץ נישט פארלירן זיין זשאב זיין פאמיליע ער וויל דאך נישט זיין דער לאזער אין שטאט סוי וועגן דעם קוקט ער נאך אויס די זעלבע אין ער מאכט גיט דעם אנשטעל. איז ווען אינזער חינוך וואלט געווען אביסל מער אופענמיינדעד אין די ליין וואלט געווען אביסל ווייטער וואלט עס נישט געווען אזוי בעד. דעס איז מיין אפיניען ענד פיל פרי טא דיסאגרי