בלאט 1 פון 2
שירי אהבה פון רבותינו הראשונים ז"ל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:21 am
דורך בן תמליון
אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:
שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן
אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:34 am
דורך נפתלי
בן תמליון האט געשריבן: אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
אפשר אין מוזעאם קענסטו זעהן דעם ארגינעל, פרעג יידל
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:12 pm
דורך על המחיה
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:23 pm
דורך בן תמליון
א דאנק. ווי שיין און הייליק.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 12:23 pm
דורך יידל
שלום (לבן) [לך] דודי איז אן אלטע באקאנטע פיוט.
דא קענסטו עס הערן וויאזוי מ'זינגט עס (דער מחבר פונעם לחן ווערט אנגעגעבן אלס מוחמד וואהבי פון אלג'יר, איך בין נייגעריג צו ער איז געווען א גוי). שטייט דארט אויך איבער דעם ניגון ווי פאלגנד "השיר מצוי כמעט בכל עדות ישראל השונות - אצל יהודי מרוקו הוא מופיע בשירת הבקשות של שבת וירא, ואצל יהודי בבל בסדר השירים לליל הושענא רבה".
אט איז א מער מאדערנע ווערסיע פון
מאיר בנאי:
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=D3vuNqUOeb8[/youtube]
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 1:04 pm
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:15 pm
דורך זר זהב
כא'געליינט אפאר ריוויואס אויף עמעזאן און נישט געקענט ארויסנאשן וואס זיין קאנקלוזשען איז. זאגט ער אז האמאסעקסואליטי איז OK ע"פ תורה?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:39 pm
דורך חאצקל
פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:16 pm
דורך בן תמליון
חאצקל האט געשריבן:פון ר' ידעה הפניני (וואס לויט מאנכע איז ער דער מחבר פון מבחר הפנינים) איז דא א ספר "אוהב הנשים", וואס ער האט ארויס געגעבן קעגן דעם ספר "מנחת יהודה שונא הנשים" וואס אין ליכט פון דעם ספר איז אויך ארויס געקומען דער ספר עמנואל (שירי אהבה) וואס ווערט דערמאנט אין ש"ע הלכות שבת אז מ'זאל עס נישט ליינען
קענט איר עלאבארירן ביטע? זעט אויס אינטערסאנט. וואס איז דאס ספר שונא הנשים?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:49 pm
דורך חאצקל
פארגעסט נישט פון שיר השירים
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:33 pm
דורך אוהב דעת
דא
http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf ברענגט דר מארק שעפירא די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל לפין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:37 pm
דורך אוהב דעת
אוהב דעת האט געשריבן:דא
http://www.michtavim.com/Seforim/MBShapiroFrankfurt.pdf ברענגט דר מארק שעפירא אויף דף ל footnote 13 ,די סיבה מהאט נישט געוואלט אויפנעמען רב אין פראנקפארט הרב רפאל ברויער א אייניקעל פין ש ר הירש, ווייל ער האט איבערגעטיישט שיר השירים על פי פשטת קען מיר איינער טרעפן די פירש ?
און בכלל איז דא היינט איינער וואס שרייבט love songs אין אידיש ?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:08 pm
דורך [NAMELESS]
דער ערשטער אידישער קדוש, פאר הקדוש רבי יהודא סאמעט, רבי חזקי קאלמנוביץ און אנדערע קדושים, איז געווען הקדוש דעהאן, ער האט געשריבן האמאסעקסואלישע לידער.
אין די בוך הקדוש דהאן, וואס משי זהב האט ארויסגעגעבן (באותו שעה קנאי היה) ברענגט ער א בריוו פון רבי אהרן פישער איבער די גרויסקייט פון דעהאן, און ער שרייבט דארטן אז חלילה לומר אז דהאן טויג נישט ווייל ער שדרייבט האמאסעקסואלע שירי אהבה, נאר, פונקט ווי די ראשונים האבן געשריבן שירי אהבה, און זיי מיינען עס נישט חלילה, נאר זיי שרייבן דדים און מיינען גמרא, שרייבן יפת תואר און מיינען שכינה הקדושה וכו', די זעלבע מיט הקדוש דעהאן.
בדרך אגב, רבי אהרן פישער איז געווען א גאר אינטערסאנטע מענטש, און ער האט געגעבן א נאמען זיין זון רבי ישראל יעקב פישער, דער שפעטער'דיגער גאון ראב"ד העדה החרדית, א נאמען נאך הקדוש ישראל יעקב דעהאן
אוי, מי יתן לנו תמורתו
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 6:15 pm
דורך אוהב דעת
ווי קען מען דאס זען ?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 8:45 pm
דורך יידל
אוהב דעת האט געשריבן:ווי קען מען דאס זען ?
ווי קען מען זען וואס?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 01, 2012 10:18 pm
דורך יאיר
מען טאר נישט אויסלאזן די וואונדערבארע שירים פון דעם מייסטערהאפטיגן משורר, למדן, און מיניסטער רבי שמואל הנגיד. א גרויס חלק פון זיינע פאעטן קאנצענטרירן זיך אויף טרינקען וויין, וואס ווערן גערופן שירי יין. פאלגענד איז א ביישפיל:
קח מצביה דמי ענב באקדחה
ברה, כמו אש בתוך ברד מלקחה.
בעלת שפתות כחוט שני, וחך לה כיין
הטוב, ופיה כגופתה מרקחה.
מדם חללים קצה ידה מאדם,
לכן חציה כאודם ומחציתה בדולחה
אין דעם
פירוש איז ערקלערט אז צביה מיינט די מיידל וואס סערווירט די וויין. זי האלט די וויין אין א גלאזערנע בעכער וואס זעט אויס ווי פייער אין וואסער אזוי ווי ברד, און ווי אירע רויט באשמירטע נעגל אויף איר ווייסע הויט פון די פינגערס.
נאך א גאו'נישן פיוט, וואו ער לייגט אראפ דעם מצב ביים זיך אנווארעמען מיט א גלעזל וויין אינמיטן די ווינטערדיגע פרעסטן:
מת אב ומת אלול ומת חומם / גם נאסף תשרי ומת עמם,
באו ימי הקור, והתירוש / אדם וקולו בכלי דמם
לכן, ידידי, סוב אלי רעים/ כל איש ואיש יעש אשר זמם!
אמרו: חזה עבים בהגשימם / ושמע שמי מרום בהרעימם
וראה כפור ולשון מדורה – זה / ירד וזה יעל ויתרומם.
קומה, שתה בכוס ושוב ושתה / בכד ובליל וגם יומם!
פאר א גרונטליכער פירוש אויף דעם פיוט זעט
דא.
נאך איין איבערגעזעצטע פיוט אויף ענגליש פון א טרונק וויין אין בית היין אין די שפעטע נאכט שעות, איך האב נישט געקענט טרעפן די אריגינעלע ווערסיע אויף לשון הקודש:
Come out and see the morning light
Like a scarlet thread in the East.
Make haste, give me a cup,
Before the dawn starts to rise,
Of spiced pomegranate juice
From the perfumed hand of a girl,
Who will sing songs. My soul
Revives and then dies.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 05, 2012 2:48 pm
דורך [NAMELESS]
וואס קופרניקוס האט דערמאנט אויפן שפיץ גאפל (מעסער?..) וועגן
דר. דה-האן אין די אלגעמיינע גאס איז איז ער פארהייליגט ביי די געי געמיינדע אלץ א קדוש מעונה, זיינס א poem איז prominent איינגעקריצט אינעם
homomonument אין אמסטערדאם, ס'דא אפילו (נישט נאר תמהוני) וואס פארבינדען זיין טראגישע סוף צו
זיין נטייה מינית, מנחם פרידמן (אין חברה ודת) דערמאנט אויך די השערה.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 12:51 pm
דורך איך אויך
בן תמליון האט געשריבן:אין אייוועלט האב איך אנומעלט געזען אראפגעבראכט דעם פאלגענדן שיר פון ר' שלמה אבן גבירול:
שָׁלוֹם לְךָ, דּוֹדִי הַצַּח וְהָאַדְמוֹן,
שָׁלוֹם לְךָ מֵאֵת רַקָּה כְמוֹ רִמּוֹן,
לִקְרַאת אֲחוֹתְךָ רוּץ, צֵא נָא לְהוֹשִׁיעָהּ
וּצְלַח כְּבֶן יִשָׁי רַבַּת בְּנֵי עַמּוֹן"
"מַה לָּךְ יָפֵה פִיָּה , כִּי תְעוֹרְרִי אַהֲבָה
וּתְצַלְצְלִי קוֹלֵךְ כַּמְעִיל בְּקוֹל פַּעֲמוֹן?
הָעֵת אֲשֶׁר תַּחְפּוֹץ אַהֲבָה - אֲחִישֶׁנָּה
עִתָּהּ, וְעָלַיִךְ אֵרֵד כְּטַל חֶרְמוֹן
אפשר ווייס איינער דעם מקור און ווי איך קען זען דעם ארגינאל?
דאס ברענגט מיר צו וואונדערן איבער די אלע שירי אהבה פון אונזערע ראשונים וואס די היינטיקע באהאלטן פון אונז. לויט ווי איך הער איז דא א גאנצער חיבור פון ר' יהודא הלוי פון אזאנע שירים גיי זוך זיי אין ביהמ"ד. קען איינער מעתיק זיין דא אדער ווי איך דען זיי זעהן אנליין? איך וואלט געווען דאנקבאר.
דא קענסטו עס הערן אין א לעבעדיגע כורדישע מקאם געזינגען דורך גו' אמאר ז"ל.
עס איז דא דארט נאך 12 נוסחאות אויף די ניגון.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:03 pm
דורך מורינו הרב
איז פאראן ערגעץ א היינטיגע דרוק, וואו מען קען זען קלארער?
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:11 pm
דורך [NAMELESS]
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 1:48 pm
דורך [NAMELESS]
אז ס'שמעקט דיר דעם מחברת עמנואל וואלט כדאי געווען אז זאלסט אויך כאפן א בליק אויף עמנואל הרומי'ס פארגייער דער
תחכמוני פון
יהודה אלחריזי, דער וואס האט קודם מתרגם געווען די ספרי הרמב"ם ביז דער רמב"ם האט אים געשיקט ווייטער (זייער אן אומבאלומפערטע ארבייט געמאכט, נאך ערגער ווי אבן תבון). אין עמנואל'ס שיר איבער גן עדן און גיהנום איז ער מקדים אז דעם השראה האט ער באקומען פון אל חריזי.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 2:55 pm
דורך מורינו הרב
ס'געפעלט מיר דער אויסדריק פון עמנואל
'ושני דדיה כדתן ואבירם נצבים'
לאל.
נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 3:03 pm
דורך [NAMELESS]
יעצט פארשטייסטו שוין פארוואס דער בית יוסף האט עס גע'אסר'ט?
ס'דא אפילו וואס שאצן אז דווקא דעם איסור האט אים געמאכט אזוי popular און באשטייערט צו זיין איבערלעבן.