בלאט 1 פון 2

עס איז מיר שווער א פשט

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:28 pm
דורך town1
מען זעט היינט אזויפיל טיי אווענטס, מסיבות, צדקה אקציעס, איז דען נישט דא א גמרא וואס זאגט "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" מיינט טאקע די גמרא צו זאגן אז אויב האט מען נישט קיין געלט זאל מען ענדערש אויסשפרייטן נבלה אויפן גאס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:21 pm
דורך בן תמליון
town1 האט געשריבן:מען זעט היינט אזויפיל טיי אווענטס, מסיבות, צדקה אקציעס, איז דען נישט דא א גמרא וואס זאגט "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" מיינט טאקע די גמרא צו זאגן אז אויב האט מען נישט קיין געלט זאל מען ענדערש אויסשפרייטן נבלה אויפן גאס

וואס א פראגע דאס? פשוט מיינט אפשינדן, ענדערש שינד נבילות אין גאס לעיני כל הקהל מאך פרנסה עס דיין אייגן אויסגעהארעוועט ברויט ענדערש ווי אנקומען צו מענטשן און זיין א שיינער איד.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:24 pm
דורך קאווע טרינקער
ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:33 pm
דורך elter-zeide
פשוט נבילה בשוק מיינט נישט דוקא זאלסט שונדען נבילות אויף דע גאס, עס מיינט זאלסט אלעס מעגליכס טאהן אפילו שונדען א נבלה ווי איידער בעהטען ביי מענטשן, אין אויב איינער מאכט חתנה א קינד, אין קיין געלט איז נישט דא, אין דאס קינד מיז חתנה האבען, טיט ער אלעס מעגליך, אפילו שינדען א נבלה, אין אויב דאס העלפט אויך נישט, מיז ער אהנקומען צי מענטשן, אין אויב ער האט געטרייע חברים, טועהן זיי דאס פאר עהם, אין זיי מאכען טיי-אווענט'ס, דאס איז ריכטיג ביי א יוד וואס ארבעט פאר פרנסה, אין רוב פארדיס איז פאר אזעלעכע וואס ארבעטן, י

ענטפער צו קאווע טרינקער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:41 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

דער "לייק" איז געווען פאר די קליינע אותיות פון די אונטערשטע שורה. מען וואלט געקענט מאכן א באזונדערן אשכול פון דעם "דעת". "סטעיט אוו מיינד" בלע"ז. ס'פארן אזעלכע "ערליכע" אידן וואס זוכן צו טון עפעס אן עבירה'לע כדי זיי זאלן האבן אויף וואס תשובה צו טון. א קלייניגקייט, ס'איז דאך אלול. :oops:

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:45 pm
דורך בן תמליון
קאווע טרינקער האט געשריבן:ס'מיינט האנדלען מיט נבילות אויפ'ן מארק.

ווערט מיר שווער לכאורה עס איז דאך געפסקענט אסור להשתכר בדברים אסורים נא וויאזוי איז פשוט נבילתא פאר פרנסה?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:46 pm
דורך קאווע טרינקער
נבילה איז מותר בהנאה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:58 pm
דורך בן תמליון
קאווע טרינקער האט געשריבן:נבילה איז מותר בהנאה.

יא עס דא אבער אן איסור צו האנדלען, טוהן מסחר מיט דברים אסורים אפילו נישט אסורי הנאה אין יורה דעה הלכות יין נסך כ'האב עס נישט פארנט פון מיר.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:59 pm
דורך שמואל הלוי
קאווע טרינקער האט געשריבן:נבילה איז מותר בהנאה.

א בפירושע פסוק אין די תורה לגר אשר בשעריך תתננה או מכור לנכרי.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:17 pm
דורך געפילטע פיש
אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:22 pm
דורך משה געציל
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 5:25 pm
דורך נאך א פשט
איך בין שוין לאנג צוריק געקומען צו די מסקנה אז עס מיז זיין אז "פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" ווי אויך די גמרא וואס זאגט "עשה שבתך חול ואל תצתרך לבריאות" זענען פון די מצוות התליות בחוץ לארץ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:08 am
דורך לחיים
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

מען קען צילייגן
איך האב געזעהן איינעם גיין נאך געלט מיט ביידע הענט. פרעג איך וואס מיינט דאס??
זאגט ער מיר ער האט געזהן אז ביזנעס גייט גיט האט ער געפנט נאך א ברענטש...

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:33 am
דורך קאווע טרינקער
כ'האב ערגעץ געזעהן שטיין פון רבי שלמה'קע זעווילער
אז די ירושלימע אידן, וואס זענען נישט דורך די שואה, קומען אפ מיט שווער חתונה מאכן די קינדער.

איך בין ח"ו נישט מזלזל אין זיי, ס'איז נישט זייער שולד, זיי זענען פונקט אזעלכע קרבנות פון די "סיסטעם".

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:29 am
דורך נאך א פשט
קאווע טרינקער האט געשריבן:כ'האב ערגעץ געזעהן שטיין פון רבי שלמה'קע זעווילער
אז די ירושלימע אידן, וואס זענען נישט דורך די שואה, קומען אפ מיט שווער חתונה מאכן די קינדער.

איך בין ח"ו נישט מזלזל אין זיי, ס'איז נישט זייער שולד, זיי זענען פונקט אזויליכע קרבנות פון די "סיסטעם"

וואס הייסט דאס "ס'איז נישט זייער שולד"?

קאמפלעינען אז מ'איז סטאק אין א סיסטעם (וואס דאס איז וואס א רובא דמינכר פון קאווע שטיבל'ערס טוהען, איינער בפירוש און איינער ברמז) איז איין זאך, אבער אז א גאנצע קהילה בישראל זאל זיך לכבוד דעם אפציעל ארויפלייגן אויף אן אנדערע קהילה, אויף דעם איז 'סטאק אין די סיסטעם' שוין נישט קיין תירוץ.

וואס בין איך שולדיג אז די ביסט סטאק אין א סיסטעם? איך האב אייגענע קינדער חתונה צו מאכן און אסאך אנדערע הוצאות וואס זענען א תוצאה פון דעם סיסטעם אין ווי איך בין סטאק.

במחילת אלע טייערע ירושלימ'ער אידען זאלן זיי און זייער סיסטעם זיך אליינס ברעכן קאפ און זיך נישט ארויפלייגן אויף א צווייטען.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:36 pm
דורך קווה לה'
גאנץ פשוט:
"פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" איז אן עצה טובה (איינער וואס נעמט צדקה איז עפעס עובר אויף אן איסור דרבנן?!) , צדקה - ווידעראום - איז א מצות עשה דאורייתא (א חיוב אויף יעדן וואס קען געבן)!

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:38 pm
דורך נאך א פשט
קווה לה' האט געשריבן:גאנץ פשוט:
"פשוט נבלה בשוק ואל תצטרך לבריות" איז אן עצה טובה (איינער וואס נעמט צדקה איז עפעס עובר אויף אן איסור דרבנן?!) , צדקה - ווידעראום - איז א מצות עשה דאורייתא (א חיוב אויף יעדן וואס קען געבן)!

ברכות לג ע"ב: כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו. נישט אלעמאל איז א מצוה צו געבן צדקה, אז איינער פירט א לעבן אהן קיין שכל (און ווי שוין געזאגט, אויף דעם איז סטאק אין די סיסטעם נישט קיין תירוץ) איז נישטא קיין מצות צדקה.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 1:30 pm
דורך קווה לה'
נאך א פשט האט געשריבן:

זייט מוחל "נאך א פשט":

א. ווערט די גמרא נישט געברענגט להלכה.

ב. מענטשלעך: ווייל איינער האט נישט קאן שכל, ווילט איר איהם לאזן אויסגיין ווי א ליכט?!

ג. "אסור לרחם עליו" קען מען לערנען פשט אז עס מיינט מער ווי דער חיוב צדקה. (פאר אן אולטורנאטיב זעהט דעם בן איש חי אין "בניהו" אין ברכות דארט: "הנה אין ללמוד מכאן דאסור לרחם על שוטה ישראל, דדברים אלו אינם כפשוטם, וגילה סודם רבינו האר"י זלה"ה, שדבר זה קאי על עכו"ם שאין לקליפתם חלק בדעת בסוד גם בלא דעת נפש לא טוב, שהזכר דקליפה יש בו מוח חכמה ובינה והוא חסר דעת, וכמפורש כל זה היטב בשער מאמרי ר' שמעון בר יוחאי פרשת משפטים, יעיין שם" וכו')

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 4:18 pm
דורך נאך א פשט
קווה לה' האט געשריבן:

מען רעדט נישט דא פון איינעם וואס האט נעבעך נישט קיין שכל, מען רעדט דייקא פון אזא איינער וואס האט ב"ה יא שכל אבער ער פירט זיך אויף אזוי ווי איינער וואס האט נישט קיין שכל. ווי די מסילת ישרים שרייבט אין פרק ב':
"הנה עניין הזהירות הוא שיהיה האדם נזהר במעשיו ובענייניו כלומר: מתבונן ומפקח על מעשיו ודרכיו, הטובים הם אם לא? לבלתי יעזוב נפשו לסכנת האבדון חס ושלום ולא ילך במהלך הרגלו כעור באפלה... ....והוא כעניין מה שאמרו זיכרונם לברכה (ברכות לג, א): "כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו". והוא מה שאמרו (אבות א, יב): "אם אין אני לי מי לי".

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 6:36 pm
דורך קווה לה'
נאך א פשט האט געשריבן:מען רעדט נישט דא פון איינעם וואס האט נעבעך נישט קיין שכל, מען רעדט דייקא פון אזא איינער וואס האט ב"ה יא שכל אבער ער פירט זיך אויף אזוי ווי איינער וואס האט נישט קיין שכל. ווי די מסילת ישרים שרייבט אין פרק ב':
"הנה עניין הזהירות הוא שיהיה האדם נזהר במעשיו ובענייניו כלומר: מתבונן ומפקח על מעשיו ודרכיו, הטובים הם אם לא? לבלתי יעזוב נפשו לסכנת האבדון חס ושלום ולא ילך במהלך הרגלו כעור באפלה... ....והוא כעניין מה שאמרו זיכרונם לברכה (ברכות לג, א): "כל מי שאין בו דעה אסור לרחם עליו". והוא מה שאמרו (אבות א, יב): "אם אין אני לי מי לי".

איך זע נישט די גרויסע נפקא מינה - לגבי חיוב מצות צדקה.

אבער אמת אז עס איז אזוי משמע פון דעם שטיקל מסילת ישרים (אגב, נישט קיין הלכה ספר), אבער אויב אזוי רעד מען דאך נישט פון קיין טיפש (ווי עס איז פשוט פשט נאר פון אזא איינעם וואס איז נישט "מתבונן ומפקח על מעשיו ודרכיו, הטובים הם אם לא" -- גאנץ א הויכע דרגא אין א נישט-אלול'דיגער טאג?!).

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:31 pm
דורך קווארטין
משה געציל האט געשריבן:
געפילטע פיש האט געשריבן:אן ירשולימער איד האט מיר אמאל געזאגט אז ער איז שטארק מקפיד נישט צו דארפן צוקומען צו יענעם, נאר ער גייט אליין שנארן...

דערמאנסט מיר פון דעם ירושלימע׳ר איד וואס האט געברענגט זיין אכצן יעריגן בחור׳ל אויף אמעריקא אים אויסצולערנען די פאך אזוי ארום זאל ער נישט דארפן צו קומען צו אנדערע...

איר האט שוין געהערט פון דעם? לעצטענס האטזעך ארומגעדרייט א 12 יעריגער באחיינט ירושלים אינגאלע אין בית מדרש נאך געלט, און דער עולם האלטזיך ביי די זייטן, וואסיז, דער אינגל זאגט בזה"ל, איך בין א 12 יעריג אינגל, כ'ווער שוין 13, און איך דארף זיך אליין בר מצוה מאכן..., האט אים עמעצער צוגערופן אין א זייט, כ'פארשטיי נישט, אפי' דא אין אמעריקא, אז סי נישטא קיין געלט, מאכטמען ב"מ אין דיינונג רום, ראומט אים ס'קינד אריין א סוד, כעל אייך זאגן דער אמת, מיין טאטע וויל אז ווען כעל מערצעשעם ווערן חתן זאליך שוין האבן אביסל עקספיריענס...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:56 pm
דורך געפילטע פיש
קווארטין האט געשריבן:איר האט שוין געהערט פון דעם? לעצטענס האטזעך ארומגעדרייט א 12 יעריגער באחיינט ירושלים אינגאלע אין בית מדרש נאך געלט, און דער עולם האלטזיך ביי די זייטן, וואסיז, דער אינגל זאגט בזה"ל, איך בין א 12 יעריג אינגל, כ'ווער שוין 13, און איך דארף זיך אליין בר מצוה מאכן..., האט אים עמעצער צוגערופן אין א זייט, כ'פארשטיי נישט, אפי' דא אין אמעריקא, אז סי נישטא קיין געלט, מאכטמען ב"מ אין דיינונג רום, ראומט אים ס'קינד אריין א סוד, כעל אייך זאגן דער אמת, מיין טאטע וויל אז ווען כעל מערצעשעם ווערן חתן זאליך שוין האבן אביסל עקספיריענס...

די טאטע וויל פשוט מקיים זיין דעם מלמד לבנו אומנות...

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 8:57 pm
דורך שמעקעדיג
א סעמפל פון ריכטיגע חינוך... (געפילטע האקט -- ברוך שכיוונתי)

יקיר ברוין האט אמאל אויסגעגראמט א משפחה ביי א חתונה, און דארט איז געווען איין בחור'ל וואס איז מיטגעקומען טאנצן, זאגט אים יקיר, געווענליך נעם איך נישט קיין געלט פון קיין בחורים, ממילא פארלאנג איך נישט פון דיר א חיוב צו געבן, אבער אלס חינוך דארפסטו יא זיך משתתף זיין..