בלאט 1 פון 5
זאגן עתידות
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 2:52 pm
דורך באמת
איך בין געווען ביי א יוד וואס ליינט די פרצוף
ער האט פאראויס געזעהן נישט גוטע זאכן.
מעג מען ע"פ הלכה דאס מגלה זיין צו א מענטש ?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:05 pm
דורך לעמיל
זעיט אויס האסט אים נישט געצאלט גענוג גיי נאך אמאל צוריק און צאל מער אפשר וועסטו הערען בעסערע זאכען......
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 3:16 pm
דורך מורינו הרב
ווען ער זאגט דיר פאר גוטע זאכן, וואלט דיר גארנישט געשטערט, הא?
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 10:05 pm
דורך נולד מאוחר
אויב ווייסט ער עתידות זיצט ער נישט מיט דיר .
אויב גלייכט ער געלט ארבעט ער און וואלסטריט און שארט געלט.
אויב גלייכט ער כבוד זאגט ער עתידות פאר גאווערמענט אדער אויפן tv.
אויב גלייכט ער צי העלפען מענטשען זיצט און מאמאריאל האספיטעל אין העלפט ערענסטע קענסער פעשענטס.
ער זיצט נישט מיט מיר און דיר פאר פינעף דאלער טיפ.
זיי נישט קיין נאר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:04 pm
דורך לאדיך אפ
אונז פסקענען ווי שמואל אז אין להם מזל לישראל.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:18 pm
דורך qwerty
באמת האט געשריבן:איך בין געווען ביי א יוד וואס ליינט די פרציף
ער האט פאהאראויס גזעהן נישט מיט גיטע זאכען
מעג מען ע'פ' הלכה מגלה זיין צי א מענטש ?
מגלה זיין צי א מענטש ?
צי וועלכען מענטש?
דיך האט ער דאך
שוין מגלה געווען!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 2:23 pm
דורך באמת
האט ער מיר גמעגט זאגען???
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:11 pm
דורך qwerty
באמת האט געשריבן:האט ער מיר גמעגט זאגען???
עס איז נישט אזוי פשוט און עס קען זיין אמאל אז עס ווענדעט זיך אין פרטים וועגען וואס עס איז געווען און וויבאלד איך ווייס נישט קיין פרטים ענטפער איך באויפן כללי (אבער עס קען אמאל זיין א יוצא מן הכלל)
באופן כללי, זיינען דא אסאך אידען, אמת'ע מענטשען און נישט קיין פייקערס, וואס האבען א חוש צי קענען שפירען זאכען מיט אינטואישען אדער מיט וואס מען ריפט אויף ענגליש א פינפטען סעסנס - א פינפטען חוש (ד.ה. נוסף צי די 4 וואס מיר אלע האבען געוויינלעך) אדער מריפט עס אינטואישען.
אויך איז דא חכמת היד און חכמת הפרצוף ועוד ועוד....
כל זמן אז עס איז מיט חכמות אין דרך הטבע (ע"ד כל הנ"ל) און מען ווייסט זעכער אז ער איז אן אמת'ר פרימער איד און עס האט זעכער נישט קיין שום שייכות צי ע"ז אדער כוחות הטומאה, און עז איז למשל נוגע לתועלת הרפואה אדער א ישועה מעג מען פרעגען און הערען וכו'
בנוגע צי דעם עבר והווה אבער אויב עס איז ב
נוגע צים עתיד (נישט נוגע אויף ווי אזוי צי היילען מיט רפואות), זאגען מיר אז מען זאל נישט פרעגען וועגען עתידות מצד דעם וואס מיר זאגען "תמים תהי' עם ה' .... (אזוי שטייט למשל בנוגע א חוזה בכוכבים וואס ווייס עתידות)
דאס איז אלעס בנוגע לכתחילה גיין פרעגען, אבער בדיעבד אז איינער האט שוין מגלה געווען עתידות מעג מען זיך רעכענען מיט דעם אויב מען וויל כאטש אין מזל לישראל און דער אויבעשטער קען מבטל זיין די גזירה דורך תשובה תפילה וצדקה ועוד....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:00 pm
דורך real jew
איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:20 pm
דורך qwerty
real jew האט געשריבן:איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.
די מאכסט ליצנות פין די אלע, וואס רובה דרובה זיינען זיי
טאקע אלע, פייקערס. איך בין מיט דיר מסכים.
עס זענען אבער דא זעלטענע אמת'ע אויך!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:32 pm
דורך נס קאווע
די וואס האבן א הסכמה זענען יא אמתדיג?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:45 pm
דורך qwerty
נס קאווע האט געשריבן:די וואס האבן א הסכמה זענען יא אמתדיג?
וואס מיינט "הסכמה"? וואסערע "הסכמה"?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:25 pm
דורך [NAMELESS]
דא האסטו
sharp-thinking.com/category/%d7%99%d7%a2%d7%95%d7%a5-%d7%95%d7%97%d7%99%d7%96%d7%95%d7%99-%d7%9e%d7%99%d7%a1%d7%98%d7%99/%d7%a7%d7%a8%d7%99%d7%90%d7%94-%d7%91%d7%9b%d7%a3-%d7%99%d7%93/
אויך דאס
sharp-thinking.com/category/%d7%99%d7%a2%d7%95%d7%a5-%d7%95%d7%97%d7%99%d7%96%d7%95%d7%99-%d7%9e%d7%99%d7%a1%d7%98%d7%99/%d7%97%d7%99%d7%96%d7%95%d7%99-%d7%a2%d7%aa%d7%99%d7%93/
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 10:31 pm
דורך [NAMELESS]
שוין, זאל שוין זיין, דאס אויכט, פאר די זעלבע פרייז
sharp-thinking.com/category/%d7%99%d7%a2%d7%95%d7%a5-%d7%95%d7%97%d7%99%d7%96%d7%95%d7%99-%d7%9e%d7%99%d7%a1%d7%98%d7%99/%d7%a7%d7%a8%d7%99%d7%90%d7%94-%d7%a7%d7%a8%d7%94/
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:34 am
דורך נולד מאוחר
qwerty האט געשריבן:real jew האט געשריבן:איין תפילה קען אלס טוישן, והא ראיה מ'זעהט בחוש אז די יודע עתידות זאגן פאראויס זאכן אין למעשה פּאַסירט פּונקט פאַרקערט.
די מאכסט ליצנות פין די אלע, וואס רובה דרובה זיינען זיי
טאקע אלע, פייקערס. איך בין מיט דיר מסכים.
עס זענען אבער דא זעלטענע אמת'ע אויך!
פין ווי ווייסטו?
ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין שטארקע באווייז אויף א זאך וואס די שכל איז נישט מחזק דאן טאר מען נישט גלייבען.
קיין שום מענטש ווייסט נישט קיין עתידות.
אפי ער הטא שוין זייער זייער אסאך מאל גוט ציגעטראפן.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:51 am
דורך qwerty
נולד מאוחר האט געשריבן:פון וואו ווייסטו?
ביז ווי לאנג סאיז נישט דא קיין שטארקע באווייז אויף א זאך וואס די שכל איז נישט מחזק דאן טאר מען נישט גלייבן.
קיין שום מענטש ווייסט נישט קיין עתידות.
אפי ער האטא שוין זייער זייער אסאך מאל גוט צוגעטראפן.
דו מאכסט א טעות און ס'איז באמת פונקט פארקערט, אז יעדער איינער אן אויסנאם מיינט אז ער ווייסט עתידות אין א געוויסע "בחינה".
רוב זאכן וואס דו אליינס גלויבסט האסטו אליין (און יעדער) נישט קיין זיכערע הוכחות אז עס איז זיכער אזוי.
בקיצור ארבעט עס אזוי:
איך וועל דיך דערקלערן וואס עס טוט זיך ביי דיר אליינס אין קאפ, זאכן וואס דוי אליינס האסט נישט געכאפט אז באמת האלסטו אויך אזויף נאר עס פאסט דיר נישט מודה זיין אז דו אליינס, פונקט ווי יעדער איינער, איז אין אסאך זאכן בבחינת "פתי יאמין לכל דבר", אין רוב זאכן אין דעם טאג טעגליכן לעבן.
עס איז אלעמאל דא מדרגות, וויפיל זיכער א מענטש פילט זיך אין דעם וואס ער גלויבט און עס איז מיוסד אויף דעם וואס מען ריפט אויף איינגליש "פראבעביליטי".
למשל:
אז דו האלטסט באלד ביים ארויסגיין פון שטוב אויף דער גאס, און דו זעסט אז עס גיסט א רעגן אין דרויסן, איז ביי דיר (אין קאפ) זיכער אז אין 30 סעקונדעס ארום ווען דו וועסט זיין אינדרויסן וועסטו זיכער גיין אין רעגן, כאטש באמת איז עס נישט ממש 100 פראצענט זיכער, נישט ע"פ שכל און נישט ע"פ סייענס און נישט ע"פ קיין שום זאך - נאר עס איז זייער "פראבאבעל".
און אין דעם ענין פון פראבאביליטי איז דא מדרגות וואס יעדער שטעלט פאר זיך, כדי אז ער זאל וועלן מקבל זיין דעם "פראבאביליטי"
כאילו עס איז
כאילו זיכער, כאטש עס איז נישט ממש.
דער אויבענדערמאנטער משל איז אן עקסטרעם קעיס, אבער עד"ז איז עס ממש אין יעדע איינציגע זאך וואס דו אליינס טוט יעדע סעקונדע, איז אלעס ממש בלי יוצא מן הכלל מיוסד אויף דיין "אמונה" און נישט אויף שכל, און אפילו ווען דו רעדסט דיך איין אז די גלויבסט אין עפעס ע"פ שכל, ביזטו נישט ממש גערעכט ווייל באמת איז יעדער דבר שכל עצמו, בלי שום יוצא מן הכלל, נאר
יעדער דבר שכל ממש - איז
יעדער דבר שכל אליינס אויך מיוסד אויף א הנחה וואס די הנחה איז נישט מצד שכל נאר
מען איז מקבל די הנחה פריער באמונה, אן שכל און אויף דעם זאך, "אן שכל" בויט מען שפעטער דעם גאנצען דבר שכל. ממילא קומט אויס אז יעדער דבר שכל ממש (סיי אין תורה און סיי אין מילי דעלמא אפילו פון סייענס אויך) איז אלעמאל מיוסד אויף עפעס וואס האט נישט קיין שכל.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:18 pm
דורך נולד מאוחר
חכם די עתידות זאגערס רעדט מען פון זאכען וואס האט נישט קיין פראבעבילטי אינטער זיך. למשל וואס דיין ערשטע קינד איז א אינגל אדער מיידעל. סאיז 50 50 .און די עתידות זאגערס קלעמען אז זיי ווייסען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 8:10 pm
דורך [NAMELESS]
פרישע נייעס !!!
גלייב יא גלייב נישט, יעדער קען שוין יעצט אליינס ווערן אן עתידות זאגער, מ'דארף נאר קענען די ריכטיגע
טריקסאדער אין קורצן די
י"ג עיקרים פון
cold readingאפילו אויב זענט איר נישט פון די קלוגסטע, משטיינסטענס געזאגט, האט איר נאך האפענונג זיך צולערנען דורך דעם
for dummies ווערסיע
אויף היברו גייט צו חברינו ר'
גלעד דיימאנט און זיין
הוספהאון אויף קאמפאוט נאדיר אביסל
ג'עימס רענדי און א כזית
YouTubeנעמט אייך צו די מלאכה און מער וויל איך שוין נישט הערן פון קיינעם קיין complaints אויף די 1% וואס געוועלטיגט איבער די נעבעכדיגע 99%.....
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:34 pm
דורך qwerty
נולד מאוחר האט געשריבן:חכם די עתידות זאגערס רעדט מען פון זאכען וואס האט נישט קיין פראבעבילטי אינטער זיך. למשל וואס דיין ערשטע קינד איז א אינגל אדער מיידעל. סאיז 50 50 .און די עתידות זאגערס קלעמען אז זיי ווייסען.
עס איז דא אזא זאך וואס ריפט זיך אינטואישען INTUITION אדער ESP וואס קען אינקריסען די טשאנסעס צי וויסען.
כאטש דער עתידות זאגער וועט נישט זיין גערעכט אלעמאל אבער מער ווי דער 50 50 טשאנס פין א צוויטען מענטש, וואס האט נישט די אינטואישען - למשל אויב ער טרעפט צי 60% אנטקעגען 40% איז עס בעסער ווי 50 50
www.redorbit.com/news/science/1975254/journal_to_publish_paper_showing_evidence_of_esp/
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:38 pm
דורך qwerty
נולד מאוחר האט געשריבן:חכם די עתידות זאגערס רעדט מען פון זאכען וואס האט נישט קיין פראבעבילטי אינטער זיך. למשל וואס דיין ערשטע קינד איז א אינגל אדער מיידעל. סאיז 50 50 .און די עתידות זאגערס קלעמען אז זיי ווייסען.
עס איז דא אזא זאך וואס ריפט זיך אינטואישען INTUITION אדער ESP וואס קען אינקריסען די טשאנסעס צי וויסען.
כאטש דער עתידות זאגער וועט נישט זיין גערעכט אלעמאל אבער מער ווי דער 50 50 טשאנס פין א צוויטען מענטש, וואס האט נישט די אינטואישען - למשל אויב ער טרעפט צי 60% אנטקעגען 40% איז עס בעסער ווי 50 50
www.redorbit.com/news/science/1975254/journal_to_publish_paper_showing_evidence_of_esp/די רעדסט פין די פייקערס וואס קענען טאקע נישט - ביסט גערעבט אין דעם פאל
אבער איך רעד פין אן אנדער זאך :
וואס איז די מענטשען וואס זיי, קענען טאקע יא
מצד געוויסע חושים וואס זיי האבען, וואס נישט יעדער האט עס
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 9:54 pm
דורך נולד מאוחר
סאיז נאך א לאנגער מהלך פון די ארטיקעל ביז זאגן אז 'סאיז דא אזא זאך אינטאישען'
די ארטיקעל אליינס ברענגט א מחלוקה און פירט אויס At least three efforts to replicate the experiments have failed.
די דערמאנסט מיך ווי אביי פרעגט א קשאי אויף זיין אייגענר מהלך.
ס'איז א מאמר חז"ל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 9:55 pm
דורך דער רב
נולד מאוחר האט געשריבן:סאיז נאך א לאנגער מהלך פון די ארטיקעל ביז זאגן אז 'סאיז דא אזא זאך אינטאישען'
די ארטיקעל אליינס ברענגט א מחלוקה און פירט אויס At least three efforts to replicate the experiments have failed.
די דערמאנסט מיך ווי אביי פרעגט א קשאי אויף זיין אייגענר מהלך.
מען געפינט אפט דעם לשון "
לבי אומר לי" אין חז"ל - דאס
מיינט אינטואישען בלע"ז.
דאס וואס מען האט עס נישט געקענט רעפליקייטען (איז קיין קושיא נישט, ע"ד לא ראיתי אינו ראי') איז עס נישט קיין ראי' אז עס עקזעסטירט נישט נאר אז עס איז נישט א דבר השוה לכל נפש און נישט יעדער קען עס נאר ווער עס האט א חוש.
אויסער דעם, איז ביי אונז אידן קיין חידוש נישט אז גרויסע צדיקים האבן געהאט רוח הקודש און פאראויס געזאגט עתידות.
פארשטייט זיך אז רוח הקודש פון אמת'ע צדיקים איז נישט סתם "אינטואישען" אבער דאך זעט מען אז וויסען עתידות איז נישט קיין אפגעפרעגטער מושג ביי אונז אידן.
נוסף לזה, איז דא זייער אסאך מדרגות אין רוח הקודש. איך וועל פוינטען נאר צו צוויי עקסטרעמע זייטן. איינס איז גאר א גרויסער צדיק וקדוש המלומד בנסים ע"ד דער בעל שם טוב וואס ביי עם איז כולו אך ורק רוח הקודש ממילא מאכט ער קיינמאל נישט קיין טעות און זיין זאגן עתידות און וואס ער זאגט עתידות טרעפט ער צי 100% אלעמאל אקוראט קולע אל השערה.
קצה השני אפאסיט עקסטרעם אבער דאך איז עס אויך א מין סארט רוח הקודש וואס דער מענטש האט עס נישט אלעמאל נאר טיילווייז און צייטנסווייז און ער, דער בעל רוח הקודש אליינס, ווייס אליינס נישט, אז ער האט עס יעצט געהאט, ע"ד "ניבא ולא ידע מה ניבא". אבער דאך האט ער געזאגט עתידות און געווען גערעכט.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:41 pm
דורך נחום
דער רב האט געשריבן:מען געפינט אפט דעם לשון "ליבי אומר לי" אין חז"ל - דאס מיינט אינטואישען בלע"ז.
יעדער מענטש ניצט אינטואישען יעדען טאג. עס איז א געפיל זאך וואס מיר טיען אלע. אדער ווען ע"פ שכל האבען מיר נישט קיין וועג צי וויסען, ממלה בלית ברירה פארלאזט מען זיך אויף אינדזער געפיל אין הארצען, וואס דאס איז אינטואישען אדער אמאל אויב דער געפיל איז אזוי שטארק, אז עס וועגט איבער אינדזער שכל.
נאר בא רוב מענטשען ארבעט עס נישט אזוי רילייעבעל ממלה איז מען אמאל גערעכט און אמאל נישט - אבער ווען מיר גייען ע"פ שכל איז אויך אזוי, אז אמאל איז אינדזער שכל גערעכט און אמאל נישט.
אזוי ווי יעדער חוש און יעדער טאלאנט איז דא מענטשען וואס זענען מער טאלאנטעד און קענען עס בעסער כאטש יעדער קען עס
בבחינת זעיר אנפין אבער אנדערע טייגען זיך אויס בעסער "ביג טיים".
[left]The research is published in the current issue of the British Journal of Psychology. The article comprises a critical review of previously published theory and research within psychology and the wider behavioural sciences.
Journal reference:Hodgkinson, G.P., Langan-Fox, J. and Sadler-Smith, E. (2008). Intuition: A fundamental bridging construct in the behavioural sciences. British Journal of Psychology, 99, 1-27.
www.sciencedaily.com/releases/2008/03/080305144210.htm[/left]