בלאט 1 פון 1

דארף איך תשובה טיען?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:17 pm
דורך באמת
מיט וואס דארף איך תשובה טיען
אלעס וואס איך טיע מעיג איך דאך
זיצען דא איז נאר זיך אויסליפטרען
עס איז מוירדיג קאנטערלירט
נישט רעדן אויף פערווייטע מענטשען
וכו'

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:34 pm
דורך לעמיל
בלי עין הרע, אזא געלונגענע מענטש ווי דיך האב איך נאך נישט זוכה געוועין צו זעין,
אלעס גייט גוט און לעבען
א שיינע ווייב
שיינע קינדער
האט נישט אויף וואס צו תשובה טין
אילן אילן במה אברכך כמותך ירבו בישראל!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:43 pm
דורך נס קאווע
בינעך געווען ביי א דרשה:
דער אייבערשטער האט געגבן אלול און מ'האמער נישט תשובה געטוהן
דער אייבערשטער האט געגבן ר"ה און מ' האמער נישט תשובה געטוהן
און אזוי ווייטער האב איך איהם געוואלט צוגיין פרעגן מאן יימר פון וואו וייסטו וואס טוט זיך אפ און יעדנס הארץ אולי האט שוין יעדער תשובה געטוהן און די ביזט נאך דער איינציגער בעל עבירה??? והא ראיה א מענוט שפעטער האסטעך אליינס געזאגט "איך בין דער גרעסטער בעל עבירה"
ווי אויך וויל איך פארשטיין ווען איך הער א איד איך האלט גראדע אז ער איז א קל אבער נישט מעלה ומוריד "אזא נידריג דור אז איך דארף מוסר זאגן" מי שמך לאיש? דו ביזט דער גרעסטער בעל עבירה לאז איבער די ארבעט פאר א צווייטן

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 4:56 pm
דורך נאך א פשט
באמת האט געשריבן:מיט וואס דארף איך תשובה טיען
אלעס וואס איך טיע מעיג איך דאך
זיצען דא איז נאר זיך אויסליפטרען
עס איז מוירדיג קאנטערלירט
נישט רעדן אויף פערווייטע מענטשען
וכו'

די דערמאנטסט מיך פון די מעשה מיט דער ליטוואק וואס האט זיך ארום געדרייט ערב יום הקדוש אינגאנצן ציטראגן. פרעגט אים זיין חבר וואס גייט פאר, זאגט אים די ליטוואק אז ער דארף באלד גיין קלאפן על חטא און ער געדענקט נישט אז ער זאל האבן געטוהן עפעס אן עבירה. זאגט אים זיין חבר גיי ארויף צום שכן און האק אים אהן די ביינער וועסטו האבן אויף וואס תשובה צי טוהן. זאגט אים דער ליטוואק, אה! א גרויסען יישר כח איך האב שוין טאקע אן אלטן חשבון מיט אים..

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:02 am
דורך לחיים
נס קאווע האט געשריבן:בינעך געווען ביי א דרשה:
דער אייבערשטער האט געגבן אלול און מ'האמער נישט תשובה געטוהן
דער אייבערשטער האט געגבן ר"ה און מ' האמער נישט תשובה געטוהן
און אזוי ווייטער האב איך איהם געוואלט צוגיין פרעגן מאן יימר פון וואו וייסטו וואס טוט זיך אפ און יעדנס הארץ אולי האט שוין יעדער תשובה געטוהן און די ביזט נאך דער איינציגער בעל עבירה??? והא ראיה א מענוט שפעטער האסטעך אליינס געזאגט "איך בין דער גרעסטער בעל עבירה"
ווי אויך וויל איך פארשטיין ווען איך הער א איד איך האלט גראדע אז ער איז א קל אבער נישט מעלה ומוריד "אזא נידריג דור אז איך דארף מוסר זאגן" מי שמך לאיש? דו ביזט דער גרעסטער בעל עבירה לאז איבער די ארבעט פאר א צווייטן

אם אין איש וואס זאגט די משנה......

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:04 am
דורך לחיים
ווי אזוי האט דער רבי ר' זישע מוסר געזאגט פאר אידן
אויב נישט אזוי???

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:12 am
דורך געפילטע פיש
נאך א פשט האט געשריבן:די דערמאנטסט מיך פון די מעשה מיט דער ליטוואק וואס האט זיך ארום געדרייט ערב יום הקדוש אינגאנצן ציטראגן. פרעגט אים זיין חבר וואס גייט פאר, זאגט אים די ליטוואק אז ער דארף באלד גיין קלאפן על חטא און ער געדענקט נישט אז ער זאל האבן געטוהן עפעס אן עבירה. זאגט אים זיין חבר גיי ארויף צום שכן און האק אים אהן די ביינער וועסטו האבן אויף וואס תשובה צי טוהן. זאגט אים דער ליטוואק, אה! א גרויסען יישר כח איך האב שוין טאקע אן אלטן חשבון מיט אים..

די מעשה גייט ווייטער.
גייט ער ארויף צום שכן און מיט א לשם יחוד האקט ער עם אן די ביינער, א פרייליכער גייט ער ארויס, ער האט שוין אויף וואס תשובה צו טוהן, שרייט עם די שכנ'ס ווייב נאך פון די פענסטער, "ר' איד! איר ווייסט נישט וואס פאר א מצוה איר האט געטוהן...!"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:40 am
דורך זר זהב
יארמער רב פארציילט עס כסדר

קוקט דא (אכטונג: עברית!)

http://youtu.be/ytqatkviXTY?t=6m5s

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:49 am
דורך נס קאווע
נס קאווע האט געשריבן:בינעך געווען ביי א דרשה:
דער אייבערשטער האט געגבן אלול און מ'האמער נישט תשובה געטוהן
דער אייבערשטער האט געגבן ר"ה און מ' האמער נישט תשובה געטוהן
און אזוי ווייטער האב איך איהם געוואלט צוגיין פרעגן מאן יימר פון וואו וייסטו וואס טוט זיך אפ און יעדנס הארץ אולי האט שוין יעדער תשובה געטוהן און די ביזט נאך דער איינציגער בעל עבירה??? והא ראיה א מענוט שפעטער האסטעך אליינס געזאגט "איך בין דער גרעסטער בעל עבירה"
ווי אויך וויל איך פארשטיין ווען איך הער א איד איך האלט גראדע אז ער איז א קל אבער נישט מעלה ומוריד "אזא נידריג דור אז איך דארף מוסר זאגן" מי שמך לאיש? דו ביזט דער גרעסטער בעל עבירה לאז איבער די ארבעט פאר א צווייטן


אנטשולדיג איך בעט דיר גלייך איהם נישט צי צו ר' זושא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:03 pm
דורך לחיים
איך ווייס נאך נישט פון וועמען די רעדסט
אבער וואס מיינסטו מען האט דעמאלסט יא געוואסט ווער רבי ר' זושע איז
מען האט אים דעמאלסט אויך אוועק געמאכט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 12:05 pm
דורך לחיים
זה דור ודורשיו
די ביסט נישט ווערט אז הייליגערע מענטש זאל דיר מוסר זאגן
JUST "קבל את האמת ממי שאמרו"

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:06 pm
דורך נס קאווע
איך בין מקבל דעם אמת (וואס איך האלט אז ער קען וויסן) אז ער איז דער גרעסטער בעל עבירה, איך ווייס נאר נישט פון וואו ער ווייסט אז קיינער האט נאך נישט תשובה געטוהן