בלאט 1 פון 1

אומ-געקאנטאקטע מענטשהייטן - א וועלט פון טויזענטער יאהר צוריק

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 5:41 pm
דורך ונבנתה העיר
אויב האט איהר נאכנישט געהערט דערפון וועט איהר עס שווער גלייבן: עס זענען דא הונדערטער שבטים אין פארווארפענע דזונגלען ארום די וועלט וואס האבן קיינמאל קיין קאנטאקט נישט געהאט מיט די פארגעשריטענע וועלט, און זיי לעבן ווי פאר טויזענטער יאהרן צוריק, אהן קיין מעדעצין, פיליזאפיע, געשמאקע עסן, און אפגערעדט עלעקטריק, מאשינען אדער סיי וואס פאר א סארט טעכנעלאגיע.

די מערסטע פון זיי געפונט זיך אינעם אמעזאן רעין פארעסט http://en.wikipedia.org/wiki/Amazon_rainforest אין דרום אמעריקע [וואס איז איבער צוויי מיליאן סקווער מייל גרויס און לויפט דורך ניין לענדער], דורך די יאהרן זענען אסאך פון זיי אויסגעשטארבן נאכדעם וואס די ציווילזירטע וועלט האט זיי געטראפן און זענען אנגעשטעקט געווארן פון די באקטיריע'ס וואס דרייען זיך ביי אונז וואס זיי זענען נישט געווען אימיונד דערצו.

דא האט איהר א פיהר חלקים'דיגע וידיאו ווי א פארשער מאכט די ערשטע קאנטאקט מיט די טולאמבי שבט אין New Guinea נישט ווייט פון אסטראליע, נאכן זעהן ווי יענער כאפט א אימת מות קוקענדיג אין שפיגל, אדער זייער התפעלות פון באשאפן פייער דורך א מעטש, זעהט מען ערשט די גאונישע חידושים פון די פשוטע זאכן אין לעבן.

עס איז גאר אינטערעסאנט, דראמאטיש און רירענד.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=mX2ylWuRRWQ[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=WmXQPy3hQYE[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=omzc43K8EfU[/youtube]
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=SVS2MfyeZxA[/youtube]


http://en.wikipedia.org/wiki/Uncontacted_peoples

און דא איז אפאר בילדער פון איינע פון די שבטים געכאפט פון די לופט, זייערע הייזער און ווי זיי פראבירן צו שיסן אויפן עראפלאן מיט א בויגן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 7:08 pm
דורך איינער
איך ווייס נישט וועגן די ווידאוס, אבער די פיקשערס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין פאלש.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:06 pm
דורך שמעקעדיג
דוכט זיך מיר עס איז געשטאנען באשריבן א צייט צוריק אין שטערן/שפאקטיוו.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 8:37 pm
דורך איינער
איך האב מיך פארגעשטעלט, אז עפעס מאכט עס נישט קיין סענס מיט די ווידאוס, האב איך געמאכט א גוגעל סערטש. און עס איז פאלש.

http://asopa.typepad.com/asopa_people/2 ... fable.html

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:26 pm
דורך ונבנתה העיר
יש"כ 'איינער' פאר די אינפארמאציע, עס זעהט טאקע אויס אז רוב אינטערנעט אידן האלטן אז די וידיאו איז פאלש.

וועל איך לעת עתה מוזן זיין צופרידן מיט א אמת'ע וידיאו וואס bbc האט געכאפט בשותפות מיט די גאווערמענט פון בראזיל אינעם אמעזאן רעין פארעסט, עס איז געכאפט געווארן מיט ספעציעלע זאאם לענזעס פון א קילאמעטער אוועק.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=5lWVVFHzuLE[/youtube]

אויב הערט איהר מעררים דאן ליינט דא:
http://www.huffingtonpost.com/2011/02/0 ... 18621.html

און דא איז א גאנצער וועבסייט מיט אינטערעסאנטע אינפארמאציע, בילדער און וידיאו'ס.
http://www.uncontactedtribes.org/evidence

ווי אזוי אזא באגעגעניש גייט טאקע צו וועל איך מוזן איבערלאזן פאר יעדן'ס פריוואטער כח הדמיון.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:45 pm
דורך אברעמעל
מאוויס איז דא זייער אסאך פון זיי. (נישט אלעס איז געמאכט פאר שוואכע הערצער)
קוקט אויס די זעלבע אמת ווי דעם.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:10 pm
דורך פארשטאנד
ס'דא פון צוויי געגנטער, אין אפריקע (ווי די זאלא שבט) און אין די עמעזאן זשאנגלען, אין די אפריקע זשאנגלען האט מען שוין מער ווייניגער יעדן אנטדעקט און געמאכט קאנטאקט, אבער אין די עמעזאן נישט ווייל דארט איז,דא א נארמאלע רעגירונג וואס באשיצט זיי, ס'איז א גרויס פארברעך דארט צו מאכן קאנטאקט מיט זיי נאכדעם וואס די מציאות האט געוויזן אז זיי באקומען כל מיני מחלות פון אונז וואס זיי זענען נישט אימיונט דערצו, און אונז זענען שוין אימיונט יארן פון די מחלות.

נשלח: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:14 pm
דורך איך אויך
רוב פון די 'געפינסן' זענען סטעיגד כבמואר ברחבי הרשת.

נשלח: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 5:39 pm
דורך ונבנתה העיר
קול ברמה:

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 28, 2017 11:47 am
דורך איש חזון
לעצטנס האב איך אראפגעלאדנט פון אן אשכול ''אינטערסאנטע דאקאמענטעריס'', א ווידיאו איבער א שבט אין אמעזאן דרום אמעריקא, איך קען עס יעצט נישט טרעפן (דא אין שטיבל), קען מיך איינער אפשר העלפן?