בלאט 1 פון 8
דער סופער ארעינדזשער "מונה רוזנבלום"!!!
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2012 11:26 pm
דורך חאצקל
איך האב שוין געעפנט עטליכע אשכולות איבער מוזיק, און איבעראל קענען זיך טייל מיטשמועסער נישט איינהאלטן פון רעדן פונעם מעסטער ארעינדזשער מונה רוזנבלום. דער נאמען מונה רוזנבלום פארמאגט א געוואלדיגער צויבער קראפט און כח המושך ביי א סך מוזיק ליבהאבער, און ווארפט אריין א רייץ און לעבנס ליסט ביי זיי בלויז הערנדיג זיין נאמען.
אויך איך בין צווישן די וואס דער נאמען מונה איז א נאמען פון עקסיידינג, דאס איז פון די שענסטע צויבער ווערטער וואס מ'קען מיר זאגן, דער נאמען פילט מיר אן מיט לעבן, און גיט אריין א פלוס פון מוזיקאלישער רייץ אין כדוגמתו. ווען איך זעה א טעיפ מיט די נאמען מונה רוזנבלום כאפ איך עס אן קיין טראכטן קיין צוויי. און אלץ פארשטייט זיך צוליב זיין מוזיק.
מיין פעדער איז צו ארים ארויס צוברענגען וואס עס שטעקט אין זיין מוזיק, וואס לכאורה איז דא דערויף זייער פיל קריטיק צוליב וואס זיין מוזיק דינט נישט שטענדיג אזוי די אינטערעסן פונעם קאמפעזישן און איז צומאל נישט בשלימות אדער קרים וכדו', און פונדעסטוועגן בין איך קראנק פאר זיין מוזיק. איין זאך קען איך יא זאגן, זיין מוזיק כאפט דיר אן ביים נפש און צימבלט עס אינטער.
אלס קינד און אלס בחור איז אין שטוב געגאנגען פארשידענע קאסעטעס, פון משפחה חתונות (ארקעסטראס אדער וואן מען בענד), קינדער טעיפס, חצרות חסידות טעיפס און טעיפס פון זינגערס, און גארנישט האט מיר אינטרעסירט, אויסער תמיד בשמחה פון מבד, הנה זה בא און לחיים אידן פון ירמי' דמן, און נעומות חב"ד. שפעטער ווען איך האב אנגעהויבן צו אינטרעסירן זיך אויף די קאווער ווער ס'ארעינדזשט יעדער טעיפ, האב איך באמערקט אז די אלע טעיפ'ז וואס איך האב געגליכן איז געווען מיט מונה'ס ארעינדזשמענטס, ווארשיינליך ווייל עס רעדט צום נפש און פארמאגט פוילישע פנימיות וואס אפילו א קינד פארשטייט.
איך קען מיר אויך נישט איינהאלטן פון רעדן איבער דעם באצויבערטן מונה רוזנבלום, איז מיינע טייערע פריינד ליב האבער פון מונה, לאמיר צוזאמען שמועסן איבער זיין מוזיק מיט אלע פרטים.
איך ווארט צו הרען פון אייך:
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:12 am
דורך שמייכל
געהאט די סעים סטארי אלס קינד, אלס געגליכן מונה׳ס זאכן, ס׳איז געווען די מדובר ביי אונז, יעדער האט געוואוסט אז ווען עס קומט ארויס א טעיפ און ס׳שטייט דערויף ׳עיבודים: משה מרדכי (מונה) רוזנבלום׳ קויפט מען דאס בלינדערהייט... יאפ, מ׳קעמער אויך אזוי זאגן!
חאצקל - אפשר ברענגסטו א ליסט פון די מאוסט פאפולער אלבומס וואס מונה האט ארריענדזשט, אזוי וועט מען קענען צונעמען איינס ביי איינס.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:36 am
דורך חאצקל
איך ווייס נישט וועלעכע אלבום'ס פון מונה זענען פאפולער אין וועלעכער קרייז, איך וועל אויסרעכענען די אלבום'ס וואס ליגט מיר אין קאפ:
-זה היום (מיט סטרינגס) - ירמי' דמן
-וחסד השם (מיט סטרינגס) להנ"ל (הער דעם אינסטורמענטאלער וואלס, ווערטער זענען איבריג, איך ווער פשוט צעווילדעוועט ווען איך דערמאן זיך דעפון).
-שלש רגלים (מיט סטרינגס) להנ"ל. ס'דא וואס צו רעדן וועגן דעם, סיי די מעלות און סיי די חסרונות
-אדיר הוא יבנה (................................................................................)
-וגילו צדיקים (מאשין רידעם בימים ההם תשמ"ז מיט סעקסיפאון ביי געציילטע ניגונים): רבותי, טאפ ניגונים און ארעינדזשמענטס פאר סינטעסייזער בימים ההם (אגב, איך באמערק אז די טעיפ'ס וואס זענען דעמאלס ארויס מיט א סינטיסייזער זענען לאין שיעור בעסער ווי די היינטיגע טעיפ'ס מיט פארגעשריטענעם סינטיסייזער, לכאורה וויבאלד דעמאלס האבן עס געניצט אקאדעמישע מוזיקאנטן לעומת היינט ווען עס ווערט גענוצט ביי זעלבסט טרענירטע מוזיקאנטן וואס זענען נשפע פון די חתונה שפילערס.
-הנה זה בא (אזוי ווי רוב מונה טעיפ'ס וואלט איך עס געראטן צו הערן פארנדיג אין וועג מיטן קאר, עס טראגט א דיר אין א פרילינג שטימונג, עס עפנט א עתוד פון לייכטקייט און בליאונג...).
-אמת מה נהדר היה - ווייניג ווייסן פון דעם טעיפ. כ'האב געהערט אז דער בעלזער רב האט זיך געשעמט מיטן דורכפיר שטיקל וואס מונה האט געמאכט פאר דעם באאנטן ניגון סימן טוב ומזל טוב, איך בין דעריבער משער אז דער רב האט נישט געוואלט אז מ'זאל עס מפיץ זיין. אבער חברה, זייט וויסן, די בעסטע סחורה באהאלט מען פון אונז.
-תמיד בשמחה (מב"ד) א עקסיידינג טעיפ מיט איין געלונגענע ניגון נאכן אנדערען וואס צינדט אן א רייץ צום לעבן (תמחה...; גערוישן אין הימל...; ירושלים...; גם כי אלך...; כל המשמח...; ועוד. ס'דערמאנט מיר אז איך לעב...)
-בדרך התורה פון מכאל שטרייכער . הער עס און דערנאך וועלן מיר רעדן ווייטער... "אדם בלי תורה" (ראק ווי נאר מונה קען. ס'כדי צו הערן עטליכע מאל כדי צו כאפן דעם געשמאק); בן בג בג (הורה, ס'איז טיפער ווי שוואקיס); צוויי זייער פולפארביגע ניגונים פון איינער אלי פרידמאן; ועוד. ממש א שטראם פון ענערגי. (הגם אויף עטליכע קנאקעדיגע ארעינדזשמענסט דארט האב איך קריטיק).
-אין עוד מלבדו פון מבד
-משיח להנ"ל. א טעיפ וואס האט וואס האט געברענגט מרדכי ווערדיגער צו זיינע העכסטע שטאפלען
-נשמה (מיט סטרינגס) להנ"ל
-ניגוני ספינקא מיט מנחם קליין מלחין נדבורנה (הער די אינסטרומענטאלע מארשן דארט; דער יראת הכבוד'יגע אינטערגעשפילעכטץ אויף אנא ד' ועוד), אויף דעם קה ריבון עלם ארעינדזשמענט האב איך אביסל קריטיק אבער דעטצאיט.
-חנוכת הבית פון נדבורנה מיט הרב מנחם קליין אב"ד פראנקפורט ומלחין נדבורנה (קוקט אויס לעקטאראנישע רידעם, סטרינגס, און ברעס, און צוגאב פון טראמפעט און סעקסיפאון און פידל (הער יחדשהו; המבדיל וואס ערשיינט אויך אין מונה 2; דער באקאנטער הוא יושעינו מיט די קווייער דורך מונה און הרב מנחם; ברוך הבא וואס גיט מער עקסיידינג ווי די שענסטע בעקיטשע פון ר' שלמה'לע באבובער זצ"ל...)
-ניגוני מונקאטש, איך האב עס נישט זוכה געווען צו הערן, איך הער נאר אז ער ניצט דארט די אמעריקאנער מוזיקאנטן ד.ה. אז ירון גערשאווסקי און ריק קאטלער זענען דארט אויפן רידעם, איך האב עס אבער נישט באשטעטיקט.
-ניגוני פיטסבורג 3, רוב טעיפ איז פשטות און הארץ צוזאמען מיט חיים'ל, מ'קען צוגיין פון דעם ניגון זכרינו לחיים ווי דער אינגל זינגט עס און ווי די צלילי המיתר באגלייט מיט אזא געבעט און הכנעה. אויך איז דארט ערשינען צום ערשטן מאל דער באקאנטער הנה מה טוב (אן קיין ספעציעלער אינטראו) וואס לאופר האט שפעטער איבערגעשפילט פאר א. פריד מיט א אייגענער געלונגענער אינטראו. אויך דער ניגון יפרח בימיו צדיק וואס די ליטווישע זינגען פאר זייער רוש ישיבות ערשיינט דארט צום ערשטן מאל.
-פיטסבורג 4 (אויב איר האט עס געהערט ווייסט אי געוויס וואס פאר א עקסיידינג מוזיק ס'דא דארט.
-פיטסבורג 5 מיט שלמי כהן, "וידע כל פעיל" מיטן דורך פיר שטיקל מיט וואס ער דרייט איבער דעם עולם היצירה און עפנט אויף די סודות הבריאה; ישמח צדיק בשם...; ועוד...
-פיטבורג 7 מיט שלמה כהן: הערט נאר דעם ממקומך דארט, ממש א שלימות שבשלימות, אזוי פשוט און הכנעה'דיג און אזוי מעכטיג ... ס'קומט מיר טרערן ווען איך דערמאן זיך דערפון
-ניגוני פרימישלאן מיט אברמי רוט.
-ניגוני וויזניץ, אודה: אויב קענט איר עס זענען ווערטער איבריג. אין ניגון וועל איך דערמאנען פשוט ווייל איך בין פאר'תאוו'עט פאר דעם ניגון און ארעינדזשמענט און דאס איז מזמור שיר חנוכת הבית (איך שפרינג אונטער ווען איך דערמאן זיך דערפון. פארפאלן זיין מוזיק ווארפט א סך מאל אריין אין מיר א דערפרישדער גייסט וואס וויל זיך ארויס לאזן טאנצן אין די גאסן מיטן גיטן געפיל אז עמיצער פארשטייט מיין נשמה)
-ניגוני וויזניץ בנה בתך (הערט יברכך השם ועוד אנדערע הערליכע ניגונים, אבער דער טעיפ קוקט מיר נישט אויס צו זיין א שלימות)
-ניגוני וויזניץ הבן יקיר לי, א "הערליכער" טעיפ מיט קווייער פון ר' בנימין הרטמאן אמאליגע ראש המקהלה פון וויזניץ, ידיד פון מונה און טאטע פון חיים י. הארטמאן ארעינדזשער פון לחיים (הערט "על הצדיקים" ועוד).
-פרחי בני ברק 2 אלבום'ס (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי וורדיגר (מונה אין זיינע ערשטע יארן)
-פרחי ירושלים מיט יגאל צליק (מונה אין זיינע ערשט יארן)
-פרחי צליל וזמר
-ניגוני סרט וויזניץ (צווישן זיי דער באקאנטער שטייטער "ישמחו במלכותך"; דער באקאנטער אבינו אב הרחמן; דער באקאנטער יהא רעוא קדמך; דער באקאנטער כה אמר ד'; נר לרגלי ועוד).
-מונה מיט חזן מוצן (ער ווילדעוועט דארט מיט זיינע ברעס סעקשאן).
-מונה מיט א זין פון חזן מילער פון אנטווערפן (איך האב נישט געהערט דעם טעיפ)
-שלמי כהן למעלה
-אברמי רוט "מלאכי השרת". דעם אלבום דארף מען בלויז "הערן", ס'א שאד יעדעס ווארט, ער מאכט דארט ביי טייל ניגונים א נשמה סערדזשערי...
-משולחנם של מלאכים פון עמות ליסוונד, (הערט המלאך הגואל, ס'דא א סך צו רעדן דערפון).
-שהחיינו פון עמית ליסוונד- אן אויפרייס פון א טעיפ אינעם עולם השוק, זייט ביי זייט מיט חזק פון פריד.
-נעומות חב"ד צוויי חלקים - אינסטרומענטאליש ( דער נאמען "נעומות חב"ד" זעלבסט שמייכלט צו דער ס'האט געהערט די טעיפס. הרעט נאר דעם אני מאמין און איר זענט גרייט מקבל צו זיין משיח... עס האט מיר נאך קיינער נישט געזאגט דער בשורת הגאולה אזוי ווי מונה, עס לעקטערזירט, עס זאגט פאר אזא פלוצלינגדיגע ענלייטמענט פארן תמימות'דיגער כלל ישראל אז אלע מענטשליכע-אידישע צעלן הייבן אן צו שפרידלען מיט גרייטקייט און פרישער לעבנס שטראם).
-די מונה טעיפ'ס (ס'דא א סך צו רעדן איבער זיי)
-די פילהרמונה טעיפס (ווען נישט ס'טראגט דעם באמבאסטישער נאמען "פילהרמונה" וואלט איך עס מער געגליכן)
-די גרויסע חתונה (אפשר א באזונדער אשכול דערפאר?!)
-ניגוני דזיקוב 1
-ניגוני דזיקוב 2 - פאר מונה'ס וואלסן און מארשן וויל איך אי"ה עפענען א באזונדער אשכול. אין מארשן און וואלסן איז ער בלי ספק דער גרעסטער אין די חרדישע וועלט, און לכאורה פון די גרעסטע אויך אין די אלגעמיינע וועלט.
המשיך יבוא אי"ה
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:59 am
דורך טעפל
אוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:46 am
דורך גלות יוד
די זייגער ווייזט אז עס איז נישט דא קיין צייט צי שרייבן יעצט אבער איך מיז דיר זאגן אז די האסט עס גיט ארויס און איך וועל שפעטער טרייען צו מגיב זיין דבר דבר על אופנו
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 9:00 am
דורך שמעקעדיג
הערליך, חאצקל!
חאצקל האט געשריבן:-תמיד בשמחה (מב"ד) א עקסיידינג טעיפ מיט איין געלונגענע ניגון נאכן אנדערען וואס צינדט אן א רייץ צום לעבן (תמחה...; גערוישן אין הימל...; ירושלים...; גם כי אלך...; כל המשמח...; ועוד. ס'דערמאנט מיר אז איך לעב...)
אויף דעם אלבום גלייך איך דאס מערסטע דעם לעצטן ניגון, נכספה וגם כלתה נפשי. איך האב עס שוין איבערגעהערט בלי שיעור מאל, און יעדע מאל עקסטער צורייצט עס מיינע געפילן, אזש ביז טרערן. דער אינגעלע גיט אויך אסאך צו.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:26 pm
דורך גלות יוד
טעפל האט געשריבן:אוי חאצקל די רייצט מיך אהן!!! גלייך נאכען ליינען האב איך בעצופאל אנגעצינדען ניגון בין הזמנים פון מונה...אוי ס'איז געוואלדיג....
זיי וויסן אז דאס קומט פון דא עס הייסט buglers holiday
http://www.youtube.com/watch?v=2LhgpflBpAwדאס איז אויף מונה 2 עס הייסט adagio in g minor
http://www.youtube.com/watch?v=AAtQ0Ow72Gkדאס איז אויף מונה 3 עס הייסט the flight of the bumblebee
http://www.youtube.com/watch?v=6QV1RGMLUKE
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:36 pm
דורך שמייכל
חאצקל - א מייסטערהאפטיגע ארבעט
איך האב מורא אז דו האסט נישט געלאזט קיין פלאץ פאר אנדערע, די האסט אלעס אזוי שיין צונומען
יישר כח
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:26 am
דורך טעפל
שכוח, כ'האב געוואסט ס'איז נישט זיין אייגענס, אבער יענע גאנצע טעיפ וואוער לייגט אלעס אראפ איז געוואלדיג, אויך ר' יענקל תלמיד'ס ויאתיו...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:26 pm
דורך חאצקל
האט איינער געהערט דעם אלטן טעיפ פון מונה מיט בן ציון שנקר? (ארויס געקומען בערך 40 יאר צוריק).
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:07 pm
דורך גלות יוד
ווי אזוי הייסט די טעיפ?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:33 pm
דורך גלות יוד
געטראפן עס הייסט ben tzion shenker sings his latest populer songs
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:16 am
דורך חאצקל
איך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:23 am
דורך חאצקל
לאמיר דערמאנען נאך א מעכטיגע טעיפ פון מונה, "יחד" פון דדי.
ס'דא דריי טעיפ'ס פון שמוליק רזנברג מיט מונה, איך האב עס נישט געהערט אבער כ'הער אז די מוזיק איז געוואלדיג.
יענקי זינגבום האט איינס אדער עטליכע טעיפ'ס מיט מונה, דער טעיפ וואס איך האב געהערט איז ווילד און רייסעריש בטעם מונה אין זיינע גיטע יארן
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:30 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:איך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
ווי ערווענט האב איך די טעיפ, און איך מיין אז עס איז זייער פלעין, די אינטרוס זענען שיין אבער פלעין אן חידושים און מונה איז נאך געווען היפש רוי דעמאלטס, איך בין בכלל נישט ספעציעל עקסיידעט מיט די טעיפ אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 7:22 pm
דורך שמייכל
פונקט היינט אויסגעהערט דעם טעיפ ׳ונאמר׳ פון יושע האנשטאטער, ארעינדזשט ביי מונה - איך בין עפעס אזוינס ארויס פון התפעלות, אפילו איך קען דעם טעיפ אויסענווייניג זינט די טאג וואס ס׳איז ארויסגעקומען, עס האט אזויפיהל ארבעט, סיי געפיהליש און סיי מוזיקאליש
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 10:46 pm
דורך villager
צווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:01 pm
דורך שמייכל
villager האט געשריבן:צווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
ס׳איז מיין פעיוואריט אויכעט
איך קען נאכזינגען יעדע שטיקל פון דעם טעיפ (ערנסט גערעדט) איך האב דאס אזויפיהל מאל איבערגעהערט אז עס ליגט מיר אין די ביינער ווי אשרי יושבי, אגב - אויף דעם ניגון ׳אייזיק פיש-כאפער׳ האב איך לעצטנס באמערקט געוואלדיגע שטיקלעך וואס ער טוט מיטן קווייער וואס איך האב נישט געהאט באמערקט בעפאר, דער טעיפ האט א מורא׳דיגע חן און אסאך תוכן, סיי די מוזיק און סיי די ווערטער (גראמען).
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:17 am
דורך חאצקל
גם אני מצטרף לשמייכל ול... לגבי די טעיפ'ס לחיים ברודער און ונאמר לפניו
פון איינעם האב איך געהערט אז מונה האט געזאגט אז זינט דעם טעיפ דזיקוב 2 האט ער נישט אריין געלייגט אזויפיל ארבייט אין א טעיפ אזוי ווי ביי ונאמר לפניו.
איך וויל דא יעצט צו נעמען דעם טעיפ ונאמר לפניו
דער טעיפ זינט עס איז ארויס געקומען האט עס געשאפט געמישטע געפילן ביי די צוהערער חובבי מוזיק טעיפ'ס, פון איין זייט האט מען געוואוסט אז דער מוזיק איז אזיינס און אזעלעכס וואס איז א מוז צו הערן און אפילו זיך איינהאנדלען פאר ווער ס'וויל נאר הערן מעכטיגע און זאפטיגע שטיקער מוזיק וואס מ'הערט זעלטן, אבער פון צווייטן זייט זענען די ניגונים זייער "נישט צו דער זאך", זיי זענען עפעס שלימזלדיג, אומרייף, שטומפפיג, צוזאמגעקלאפט אדער אומבאלימפערט, צאמגעמישט הודו מיט כוש, וכו וכו', (וו.צ.ב. אמר ר' יוחנן, אמר ר' בנמין, און כל העוסק. יגדל קען זיין אז ס'איז שיין פאר די וואס האבן נישט געקענט פאר דעם ברעסלאווער אשרינו שיש לנו רבי כזה...) אין איין ווארט: אומבאלופערטע ניגונים מיט מעכטיגע מוזיק און זינגער.
עד היום וואונדערן זיך די חובבי המוזיק אויף דער מיסטעריעזער יושע הנשטטר וועם ס'האט אזוי געברענט מוציא לאור צו זיין זיינע ניגונים און טאקע מיט אזעלעכע מבצעים ווי מונה מיט זיין חבריא און ירמי' דמן מיט זיין רייצנדע שטימע וועלעכע האבן ביידע אינאיינעם געמאכט דעם נאמען פון די בעלזע טעיפ'ס און די פארגאנגענע דרייסיג יאר אלס טאפ אוו די מארק.
איך פערזענליך וואונדער זיך גראדע נישט אויף דעם הנשטטר, עפעס א געפיל צו קאמפאוזן האט ער פארט, לאמיר נישט פארגעסן פון די לעבעדיגע טאנץ ניגונים "ונאמר לפניו", "קוה אל ד' " און "שישו ושמחו" פאר וועלעכען עס פעלט זיכער גארניש כלפי אנדערע ניגונים פון דעם סארט, אדרבא זיי זענען לעבעדיגע באדייטפולע טאנץ ניגון מיט טעם און אפילו תוכן'דיג. אפגערעדט פון די עיקר חלק פון אלוקי נשמה וואס איז א ביוטי פון א ניגון, ממש א מעסטער פיס (דער לעבעדיגער טייל איז אבי געזונד, ווי מ'זאגט דא ליגט דער הינט באגראבן...) ווידער כאיל תערוג קען מען שוין טשעלענדזשן, עס איז שוין אביסל שעטנז'דיג, אבער מיט אביסל טאשאפס איז עס א גאר געלונגענער ניגון. נאר וואס דען, רוב פון זיינע אנדערע ניגונים פארמאגן זיין טעם..., נו, האט ער געוואלט ארויס געבן א טעיפ פון די ניגונים און טאקע אויף א גאר פראפעשנל פארנעם זכה לו, אז ער איז געווען צופרידן מיט די ניגונים וויאזוי זיי זענען, בין איך זיכער צופרידן, איך פערזענליך בין צען מאל מער אינטרעסירט אין גיטע מוזיק ווי אין גיטע ניגונים פון די סארט וואס מ'מאכט היינט, ווארים די היינטיגע ניגונים זענען עפ"י רוב סייווי א מאטיוו אויף וואס ארויף צו מאכן גיטע מוזיק, און נישט פאר השתפכות הנפש וכדו', סאו, אויב דער מוזיק גיט זיך אן עצה מיט שוואכערע ניגונים אויך, נו, לאך איך פון די ניגונים און האב הנאה פון די מוזיק, הגם ס'געשמאקער אז מ'ווייסט אז דער מוזיק באצירט א לייטישער זאך, אבער ס'וועט שוין מיטגיין...
מיין שאלה איז נאר, צו הנשטטר, אלס זיין נאמען אויס, האט נישט געמאכט דא קיין טעות מיטן נעמען דעם רעש'יגן מונה און מכובד'יגן און אומבויגזאמער זינגער הרב דמן. מיט אנדערע ארעינדזשערס און זינגערס ווי למשל לאופר אינאיינעם מיט אן אומפאפולערע זינגער אבער מיט מבד סטייל, וואלט עס טאקע נישט געווען אזא היט פון א טעיפ, אבער מעגליך אז די ניגונים וואלטן געהאט מער פנים און פשט. און עס וואלט נישט געשוועבט דארט דער אומגעזעצטקייט און באהאלטענע כמארע וואס ס'דא ביי טייל חלקים פונעם טעיפ?!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:32 am
דורך יואליש
villager האט געשריבן:צווישן מיינע געציילטע טעיפס וואס איך הער שוין פון אלס קינד און איך ווער נישט נמאס דערפון איז "לחיים ברידער" וואס מונה האט ארעינדזשט, די מוזיק איז עפעס אויסערגעווענליך שיין און רייך, איך בין פון דעמאלטס אן געווארן א חסיד מונה.
כ'הער שוין די קאסעטע פאר פופצען יאר, און כ'בין נאכנישט פארטיג.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:31 am
דורך חאצקל
לחיים ברודער (דאס זעלבע לחיים אידן) איז פון די טעיפ'ס ווי מונה מאכט גאר זאכליכע ארעינדזשמענטס הכל על מקומו, זייער מעסיגע קארד'ס און אינטראו'ס צפעציעל צוגעפאסט און בארייכערן דעם ניגון, עס אנטהאלט פיל עקשען אבער האלט זיך אין זייער נארמאלע ראמען. ער גיט זיך אפ מיט כמעט יעדער ניגון מיטן פילסטן כבוד, ער קריכט אריין אין יעדן ניגון, צונעמט עס, און נעמט עס אזוי שיין ארום פון אלע זייטן.
להוי ידועה, די קווייער וואס האט קענטליך שטארק צוגעגעבן פארן טעיפ, איז נישט דורך מונה נאר דורך א תלמוד מובהק זיינער, און דאס איז דודי קאליש וואס איז געווען דער ערשטער נאכצומאכן מונה'ס קווייער סטייל, און איז עד היום איינע פון די טאלנטפולסטער קווייער קאנדאקטערס.
פון די ניגונים מיט וואס איך טשאטשקע זיך איז דער ניגון נקמה פונעם דייטש, דער פשטות'דיגער רידם, און די איידעלע דרוכפיר שטיקלעך וואס וועלעכע לאזן איבער דעם הארץ מיט אזויפיל געגועים. "טאטע איך וועל נקמה נעמען..." די כלי נגינה וועקן זיך אויף... דער טראמבאן מיטן בעיס... און... מ'הייבט זיך... אצינד טרעפט מען זיך מיט צענדליגע יארן שפעטער לויבן פאר די שאירות הפליטה אידן.
און וואס זאגט איר צו דעם ניגון פון כנסת ישראל?! א ניגון וואס איך קען איבער הערן און איבער הערן, און ברענגט מיר יעדעס מאל טרערן. דא מוז איך שוין געבן נישט ווייניג קרעדיט פאר די גראמען פון ר' יוסף משה'ן, אבער נאך מער פאר ר' משה מרדכי'ן פאר אנפילן דעם ניגון מיט די בריליאטנסטער קאלירן וואס אזא ניגון דארף פארמאגן. און ווען ביי מונה איז עפעס א יופי ופאר איז עס נישט דער סארט שיינקייט וואס ר' ישראל לאם מאכט פאר א ניגון, וואס איז גוט איינצופאקן און עס אריין לייגן אין קלאזעט, ניין, דאס איז א מעסטער פיס געמאכט נישט פון שטיין, נאר פון לעבעדיגע ארגאנען... עס רעדט צום נפש (מונה'ס מוזיק רעדט מער שטענדיג מער צום נפש ווי צום גוף ד.ה. אומדירעקט ווי איך וועל זיך מסביר זיין אין א צווייטער געלעגנהייט).
און אז מ'רעדט שוין. זיין מוזיק קעגן אנדערע הערט זיך טאקע שטענדיג די ווייניגעסטע גלייכגילטיג, מונה איז דער איינציגסטער וואס זיין מוזיק האט אין זיך דער לעבן וואס א לעבעדיגער זינגער פארמאגט.
תהילם'ל... ווערטער זענען איבריג
וטהר לבנו -א מאדנע ארעינדזשמענט, אבער צוזאמגענומען און מיט טעם ואוס דאס מאכט עס פאר א גינגאלדענעם ניגון, די קאלטע אריין געפייפעטץ מאכט מיר וויינען
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 4:49 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:חאצקל האט געשריבן:איך האב דעם טעיפ, איך וויל נאר וויסן צו איינער האט עס געהערט, ווייל איך וויל מיטטיילן מיינע הערות אויף דעם טעיפ
ווי ערווענט האב איך די טעיפ, און איך מיין אז עס איז זייער פלעין, די אינטרוס זענען שיין אבער פלעין אן חידושים און מונה איז נאך געווען היפש רוי דעמאלטס, איך בין בכלל נישט ספעציעל עקסיידעט מיט די טעיפ אדרבה לאמיר הערן דיין מיינונג
אויב רעדסטו פון דעם זעלבן טעיפ פון וואס איך רעד, דאן זענען מיר נישט אויף איין פעידזש...
איך רעד פון א טעיפ וואו ס'ווערט געזינגען ליהודים היתה, און אל תירא, דער טעיפ איז טאקע אויף אן אלטער סטייל (ענליך צו דער נשמה טעיפ פון מבד וואס איז אויך דורך מונה) וואס קוקט אפשר אויס ליידיג פאר א היינטיגער אויער וואס איז צוגעוואוינט צו א מער אנגעפילטער רידם, אבער מיט א געניטער אויער אדער נאל עטליכע מאל הערן כאפט מען דעם סטייל און דאן זעט מען וואס ס'גייט דא פאר. ר' איד, דארט איז א וועלט פון מוזיק.
ביטע הער עס נאכאמאל און נאכדעם וועלן מיר ווייטער רעדן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 8:00 pm
דורך שמייכל
חאצקל האט געשריבן:לחיים ברודער און לחיים אידן זענען פון די טעיפ'ס וואו מונה מאכט גאר זאכליכע ארעינדזשמענטס הכל על מקומו
די מוזיק פון לחיים אידן האט לדעתי נאך א בעסערע ארבעט ווי לחיים ברודער, נאר די מיקס און די סאונד איז נישט אזוי גוט ווי אויף לחיים ברודער, אבער די געשמאק וואס ס'ליגט אין די ארענדזשמענטס דארטן איז עפעס אין לשער, אנגעהויבן פון דעם 'שמחה' ניגון מיט דעם תנועה אינמיטן דעם טרעק ווי דמן צוזינגט זיך 'העט א ראראריי ריי' כו', ווייטער מיטן גלות ניגון די ווארימע קווייער און די פיאנוי אין די בעקגראונד, א וועלט עס דרייט זיך, להתודע/לחיים, חייקל (א גאונ'ישער אינטראו), יעדע אינטראוי איז א אוצר פאר זיך, ווער רעדט נאך פון דעם 'יודעלע האב קיין מורא', א ניגון מלא תוכן, די מוזיק, די קווייער, די גראמען, א כל בו ממש, ווייטער המלאך איז דאך די אינטראוי געגאנגען אינטערנעשאנאל אז אפילו ביי העסק האט דאס לאם גענוצט (גערשובסקי שפילט עס), ווידער די השגחה פרטית ניגון איז אויך זייער געשמאק, א שיינע טעמפא און געשמאקע דיסקאו דראם, א עקסטערע זאך פאר זיך איז די ניגון 'כל זמן שהנשמה' וואו מונה שפילט מיט זיין אקורדיאן אינעם אינטראוי אינאיינעם מיט א פידל און ר' יוסף משה זינגט אפ זייער ווארים דעם גאנצן ניגון מיט זייער התרגשות'דיגע גראמען, א שיינער ענדע איז די ניגון סימן טוב ומזל טוב וועלכע פארמאגט א ריכטיגע לעבעדיגקייט אין זיך ווי יעדער וועט מודה זיין.
דער טעיפ וועט לכאורה קיינמאל נישט ארויסגיין פון די היסטאריע!