בלאט 1 פון 2
א נארמאלער מענטש אדער א Cool Guy?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:23 am
דורך שמייכל
איך בין אלעמאל מסופק געווען איבער דאס וואס מ׳קען אפט הערן די חילוק וויאזוי פארשידענע מענטשן טוען באטיטלען די מין כאראקטער פון ׳א צוזאמענגעקליבענער נארמאלער מענטש׳ וואס אין די זעלבע צייט וועלן אים אנדערע אנרופן ׳א Cool guy' - ממה נפשך, איז ער סתם א מענטש וואס נעמט בלויז קעיר פון זיך, און גייט אלץ אנגעטוהן זויבער און מסודר דאן פארוואס רופסטו אים קאההל? איי וועסטו אפשר טענה׳ן אז ער גייט אנגעטוהן ׳צו שיין׳ איז די שאלה וואס דען? צושלאכעט? - וועסטו דאך אוודאי ענטפערן אז ס׳מוז אבער נישט זיין די ׳שענסטע׳ שיך אויפן מארקעט, וועל איך דיר אבער צוריקענטפערן אז יעדער מעג האבן זיין טעיסט, און נישט יעדער וואס גייט אנגעטוהן צוזאמענגענומען מיינט צו זאגן אז ער וויל זיך געפעלן פאר אנדערע.
און אזוי קען זיך ציען די שמועס אהין און צוריק, די ליינער וועלן שוין מסתמא יעצט צושאקלען מיטן קאפ זיך דערמאנענדיג פון פארשידענע שמועסן וואס מען האט שוין געהאט אינעם עבר מיט מענטשן פון אלע סארטן, ׳דער צודרייטער... ער מיינט אז מ׳מוז שטינקען משבת לשבת צו הייסן א חסיד׳ישער יוד... אוי האבעך זיך גע׳ראנגלט מיט דעם יוסף ברוך׳ן... איז דאס א גראדער מעכל...׳ וכדומה.
עס איז זעלטן צו טרעפן א צוזאמענגענומענער מענטש וואס זאל זיין אויסגעהאלטן אין אלעמענס אויגן, וואס זאגט האלט איר טייערע ליינער?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:27 am
דורך זר זהב
ווילאנג יענער גייט נישט מיט קיין קאפלינגס און מיט די לעיטעסט סטייל סעלעבערטי גלעזער אדער מיט גאר אויפפאלענדע שיך איז ער OK. פון זיין צאמגענומען ביז זיין קיהל איז א מהלך וואס יעדער בר דעת קען פונאדערשיידן.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:46 am
דורך חד גדיא
איך פארשטיי אויך ווי זר. אדער אפשר האב איך נישט קלאר פארשטאנען וואס שמייכל זאגט.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 3:44 am
דורך טעלעפאן
יעדער מאכט אפ לויט זיין באקס אין וואו ער איז
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 8:37 am
דורך געפילטע פיש
זר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 11:42 am
דורך זר זהב
געפילטע פיש האט געשריבן:זר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
איך רעד נישט פון יענע. קאם אן... אין לעיקוואוד גייען די שלאכיאנס אויך מיט קאפלינגס.
ס'ווענד זיך וואו דער חמור שטייט איין.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:42 pm
דורך שטערן
זר זהב האט געשריבן:ווילאנג יענער גייט נישט מיט קיין קאפלינגס און מיט די לעיטעסט סטייל סעלעבערטי גלעזער אדער מיט גאר אויפפאלענדע שיך איז ער OK. פון זיין צאמגענומען ביז זיין קיהל איז א מהלך וואס יעדער בר דעת קען פונאדערשיידן.
גיין מיט קאפלינגס איז נישט ok..
אבער גיין מיט א גאלדענע קרוין דאס איז נארמאל?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 12:48 pm
דורך זר זהב
א קרוין איז אידישע מלכות'דיגע זאך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 1:38 pm
דורך פויער
סא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 05, 2012 7:40 pm
דורך שמייכל
פויער האט געשריבן:סא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ווילסט דערקענען א מענטש פון אינעווייניג? קוק וויאזוי זיין קאר קוקט אויס פון אינעוויניג...
בדוק ומנוסה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:36 am
דורך אלזא
ווער האט אים צוזאמען געקליבען ??
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:45 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:זר, ס'דא וואס מוזן טראגן קאפלינקס אלס אל תטוש, א לבוש וואס א טאטע טראגט מעג א זון טוישן?
איך רעד נישט פון יענע. קאם אן... אין לעיקוואוד גייען די שלאכיאנס אויך מיט קאפלינגס.
ס'ווענד זיך וואו דער חמור שטייט איין.
אז מען רעדט שוין יא, איך האב געזען אמאל צוויי אידן איינער טוישט נישט די העמד משבת לשבת אבער ער איז מקפיד צו גיין מיט א נעקטיי אפילו ס'איז פארשמאלציגט. דער צווייטער, א חסידיש'ער יונגערמאן וואס נעמט א שויער און טוט אן א פרישן העמד א יעדן טאג. ער גייט מיט א רעכטס אויף לינקס געקנעפלט העמד. אבער, פארשטייט זיך, אן א נעקטיי. וועלכער איז דער שלאך??
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 1:49 pm
דורך זר זהב
נו זאג דו אליינס
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:00 pm
דורך קרעקער
קלינטאן האט נעכטען געזאגט ביי זיי קאנווענשען רעדע אויף אבאמא
""ער זעט אויס ווי א cool guy פינדערויסען אבער ער ברענט אינעווייניג פארן לאנד""
ענטפער צו פויער
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:30 pm
דורך berlbalaguleh
פויער האט געשריבן:סא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ס'איז א גמרא. ר' יוחנן קרא למאני' מכבדותי'. ר' יוחנן האט גערופן זיינע קליידער "די וואס ברענגען מיר כבוד. (רעספעקט(.
ענטפער צו זר זהב
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:36 pm
דורך berlbalaguleh
זר זהב האט געשריבן:נו זאג דו אליינס
ס'איז א "רעטארישע" שאלה. ווייל ס'איז דא מענטשן אין געוויסע קרייזן וואס טוען "דזשענעראלייזן" "חסידים זענען שלאכעס".
ענטפער צו שמייכל
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:40 pm
דורך berlbalaguleh
שמייכל האט געשריבן:פויער האט געשריבן:סא פאקט וואס מ'זאגט נאך פון אלטע צדיקים און אפילו פון היינטיגע סייקאלאדזשיסטס און מ'קען עס זעהן בחוש, על פי רוב קען מען דערקענען א מענטש לויט זיין קליידונג.
ווילסט דערקענען א מענטש פון אינעווייניג? קוק וויאזוי זיין קאר קוקט אויס פון אינעוויניג...
בדוק ומנוסה

פליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:38 pm
דורך שמייכל
berlbalaguleh האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:פליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
ענטפער צו שמייכל
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:33 am
דורך berlbalaguleh
שמייכל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:פליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
און די צוויי באטלס סעלצער און די סענדוויטש ראעפפער?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:42 am
דורך העי נאו
berlbalaguleh האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:שמייכל האט געשריבן:פליס, קוק נישט מיין קאר, איך לאז נישט. מארגן בל"נ וועל איך גיין אין "קאר וואש"
יעצט איז שוין דערנאך, כ׳האב שוין אלעס געזעהן, יא אפילו די צוקוועטשטע לאלי אונטער די קארפעט האבעך אויך באמערקט
און די צוויי באטלס סעלצער און די סענדוויטש ראעפפער?
קענסט צולייגן די שנאר בריוולעך פין בדיקת חמץ ביז יעצט
ענטפער צו העי נאו
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:02 am
דורך berlbalaguleh
און א האלב צוריסענער דינער זשורנאל פון די ישיבה/ת"ת וואס איך "לייק":
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 12:30 pm
דורך שמייכל
און גראדע האלט איך אז ס׳איז דא נאך א זאך וואס ווייזט א שטיקל בילד וויאזוי ס׳קוקט אויס די פנימיות פון א מענטש
זיין ד׳ מינים סעט - דוק ותשכח ותמצא נחת...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 5:13 pm
דורך על המחיה
שמייכל האט געשריבן:און גראדע האלט איך אז ס׳איז דא נאך א זאך וואס ווייזט א שטיקל בילד וויאזוי ס׳קוקט אויס די פנימיות פון א מענטש
זיין ד׳ מינים סעט - דוק ותשכח ותמצא נחת...
דהיינו? זיי ביטע מסביר...