בלאט 1 פון 9

אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:01 am
דורך שרגא
אסאך מאל זע איך אזעלכע מאדנע עדס אין די היימישע פלעצער אז עס גייט א רויעך. די באלעבאטים און די גרעפיק דיזיינערס ניצן "ווארד ספעלינג", אבער ווייס מיר דעך אז נישט אלץ איז דאס דער בעסטער מיטל, אויב קען מען נישט אביסל צו דער זייט.
אט האב איך פריער געזען בערך אזוינס:
די פירמע הייסט Cease Fire Protection Inc .גראדע א זיסע נאמען.
אבער אונטער דעם שטייט בערך אזוי: attack the blaze at it's core
היתכן ער זאל נישט וויסן אז דא קומט ITS אן דעם שטרעכל? עס מאכט עס סאונדן שרעקליך אמעראצעסדיג.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 6:22 pm
דורך שמואל שלום שלמה
:lol: :lol: :lol:

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דאנערשטאג מערץ 22, 2012 11:35 pm
דורך שרגא
קארל, געוואלדיג :like
ווער איז דער גראפיקער?

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מערץ 23, 2012 12:12 am
דורך אךשמח
קארל האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:קארל, געוואלדיג :like
ווער איז דער גראפיקער?

Dart Graphics. גראדע מאכט ער שיין. דוכט זיך מיר אז ער פלעגט אויסשטעלן די "צייטשריפט" ע"ה.

Dart Design

יא, ער פלעגט אויסשטעלן די צייטשריפט.

אוי האבן מיר פארלוירן א גוטער אויסגאבע מיט רייכע מאטעריאל.

א שאד. א שאד.

זעט אויס אז דער עולם איז יא צופרידן פון וואס די צייטונגען שטעלן זיין צו...

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 2:33 pm
דורך געפילטע פיש
טרעפט די גרייזען (לשון רבים)
בילד

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 3:53 pm
דורך גדעון
איך האב געטראפן איינס, ער שרייבט נישט פאפירענע גלאז

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 4:57 pm
דורך געפילטע פיש
גדעון, ער וואלט געברויכט שרייבן "שוימענע ברילן".

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 5:02 pm
דורך יידל
א. צוטיילען. ער ברויך ווען שרייבן צו טיילען. צוטיילען בנשימה אחת מיינט צושפאלטן אין צוויי חלקים.
ב. אויסטוצטיילען. באשאפען א נייער ווארט.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 5:34 pm
דורך שרגא
"להחיות בם נפש כל.." עס איז נישטא אזא זאך צו לייגן נאר צוויי פינטעלעך.
צו טיילן, נישט "צוטיילן", וואס מיינט עפעס אנדערש
אומזיסט, אן דעם נ' אי"נמיטן
"פאר אומזיסט", דער "פאר" פעלט נישט אויס. ער האט מסתמא געטראכט אין ענגליש "FOR FREE"
"האבן", אנשטאט "האבען"
"איבערגעלאזט", אנשטאט "איבערגלאזט"
מעסעדזש", אנשטאט "מעסדזש"
"האפן", אנשטאט "האפען"
"אויסצוטיילן" אנשטאט "אויסטצוטיילן"
"קומענדיגע" אנשטאט "קומעדיגע"
און ס'דא נאך, נאר שוין מער דקדוק

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 6:04 pm
דורך רואיק
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 6:34 pm
דורך חד גדיא
רואיק האט געשריבן:
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

איך האלט נישט אזוי. יעדער קען מען א מיסטעיק. אדרבא, זיי וועלן עס אפרישיעיטען. דאס אז מ'זאגט ווי מ'קען פארעכטן.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג מערץ 25, 2012 6:44 pm
דורך רואיק
חד גדיא האט געשריבן:
רואיק האט געשריבן:
Dart Graphics


לדעתי איז דאס אן עולה צו באוואשן יענעם ביים נאמען, ספעציעל דא אין אזא אינטעלעגענטער מקום. דאס קען וויי טוהן יענעם און עם מאכן שאדן. איף עניטינג, איז אט דאס זיכער נישט ראוי לעלות על שולחן מלכים.

איך האלט נישט אזוי. יעדער קען מען א מיסטעיק. אדרבא, זיי וועלן עס אפרישיעיטען. דאס אז מ'זאגט ווי מ'קען פארעכטן.


טאקע אזוי? אפשר זאלן מיר ארויפלייגן דא דיינע מיסטעיקס ללעג ולקלס כדי זאלסט ״קענען פארעכטן״.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: מיטוואך מערץ 28, 2012 8:10 pm
דורך John Doe
קארל האט געשריבן:"טראגט נאר די וועלט-באנייטע פערסטער היטן"!


נאך א גרייז פונעם זעלבן עד.

בילד

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:26 pm
דורך שרגא
ג

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:29 pm
דורך געפילטע פיש
שרגא האט געשריבן:ווער איז וויליג איבערשרייבן אָן קיין טעותים דעם שטיקל עד:
עד G&G

דו האסט געגעבן א לינק צו דיין גי-מעיל עטעטשמענט, חוץ אויב דו געבסט אונז דיין יוזער נעים און פעסווארט וועלן מיר נישט קענען זען דעם לינק.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: פרייטאג מערץ 30, 2012 12:31 pm
דורך שרגא
געפילטע פיש האט געשריבן:
שרגא האט געשריבן:ווער איז וויליג איבערשרייבן אָן קיין טעותים דעם שטיקל עד:
עד G&G

דו האסט געגעבן א לינק צו דיין גי-מעיל עטעטשמענט, חוץ אויב דו געבסט אונז דיין יוזער נעים און פעסווארט וועלן מיר נישט קענען זען דעם לינק.


וויאזוי שטעל איך אריין א בילד וואס איך האב אויפ'ן קאמפיוטער?

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: זונטאג אפריל 01, 2012 11:03 pm
דורך ישובניק
איך האב היינט געזען אן אדווערטייזמענט אז איינער וויל פארקויפן זיין "טשייניק קלאזעט". אבער אפילו דאס איז נישט רעכט ארויסגעקומען און עס איז געשטאנען דארט "טיישניק קלאזעט".

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 12:38 am
דורך שרגא
ווער איז וויליג איבערשרייבן דעם שטיקל אָן די טעותים:
888.jpg


עס קומט פון דעם עד, גראדע שיין. איך גלייך זייער S&S, נאר אביסל אידיש דארף ער זיך וויכטיג צולערנען:

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 9:54 am
דורך שמואל הלוי
דער גראפיקער צאלט מען פאר מאכן גראפיקס, און נישט פאר רעדאגירן.

די טעותים קען מען נישט בלעמען עס ענד עס (ראק מידיא), עס איז אויסדרוקליך דזשי ענד דזשי'ס שולד.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 11:04 am
דורך לאדיך אפ
יאנקל האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:דער גראפיקער צאלט מען פאר מאכן גראפיקס, און נישט פאר רעדאגירן.

די טעותים קען מען נישט בלעמען עס ענד עס (ראק מידיא), עס איז אויסדרוקליך דזשי ענד דזשי'ס שולד.

עס איז זיכער יא דער שולד פון דעם גראפיקער און נאך מער אויב עס איז געמאכט געווארן דורך א מארקעטינג פירמע. דזשי ענד דזשי דארף נישט פארשטיין צו מארקעטינג און וויסן אז אזעלכע גראבע גרייזן קענען זיין פאטאל פאר דעם אימעדזש פון דער פירמע. א מארקעטינג פירמע דארף דאס יא וויסן; און זיי דארפן זען צוצושטעלן אן עד וואס לייגט די פירמע אין א פאזיטיוון ליכט.

די שאלה איז נאר צו עס ענד עס איז א מארקעטינג פירמע אדער א גראפיקער. אויב איז ער נאר א גראפיקער, איז עס טאטעלי דזשי ענד דזשי'ס שולד. אויב שטעלט ער זיך אהער אלס א מארקעטער, איז עס טאקע יא זיין שולד. אז מ'רעדט פון עס ענד עס און טעקסט איז טאקע וויכטיג צו באמערקען אז בעת עס ענד עס איז די מלך אין גראפיק און אין דיזיין, זענען זיינע טעקסט א חורבן. די הסבר איז לכאורה דאס אז שמואל ארבייט אויף פאטאשאפ און אילוסטרעטאר, אבער אינדיזיין קוקט ער נישט אן. צו אויסשטעלן פאראגראפן קע מען נישט ניצן גראפיק פראגרעמס, מ'דארף טעקסט לעיאוט פראגרעמס.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: דינסטאג אפריל 03, 2012 8:20 pm
דורך חד גדיא
לאדיך אפ האט געשריבן:די שאלה איז נאר צו עס ענד עס איז א מארקעטינג פירמע אדער א גראפיקער. אויב איז ער נאר א גראפיקער, איז עס טאטעלי דזשי ענד דזשי'ס שולד. אויב שטעלט ער זיך אהער אלס א מארקעטער, איז עס טאקע יא זיין שולד.

S &s רופט זיך היינט ראק מידיע. ער איז אפיציעל א מאקעטינג קאמפעני.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 2:07 am
דורך שרגא
פארגעסן צו לייגן דעם גאנצן עד פון וואו עס קומט:
999.jpg


נו, קיינער האט נאך נישט איבערגעשריבן? עס האט מינימום 15 גרייזן.

יא מארקעטער, נישט מארקעטער. ביי אונז איז עס סייווי איין טשאלנט. קיין איין באלעבאס קען נישט שרייבן און נישט ספעלן, און ער ערווארט דעם גראפיקער צו טאן דעם גאנצן דזשאב. און מילא עס פאלט אריין עפעס א נישט גוטע אויסלייג, גייען 90 פראצענט ליינער סייווי נישט באמערקן, אבער אזעלכע אמעראצעס ווי אסאך מאל קען דער S&S באווייזן, דאס פאסט ממש נישט, נאכדערצו פאר אזעלכע הערליכע עדס וואס ער שטעלט אהער בעסער פון כמעט יעדן היימישן. און צומאל איז עס ניטאמאל בלויז אמעראצישע אויסלייג, נאר טאקע אז עס ליינט זיך נישט געהעריג, ווי למשל אין דעם עד.

Re: אמעראצעס אין אידישע עדס

נשלח: מיטוואך אפריל 04, 2012 1:49 pm
דורך שמואל הלוי
געווען היינט אין אין איינע פון די טעגליכע אויסגאבעס

אפוינמענט עוועילץ ביי עקספיריענס Voice & Speech טערעפיסטץ צוגעגליכע פרייזע'ן שענעלע רעזולטאטען 548-378-8232