שמעקעדיג האט געשריבן:שלום עליכם אלע געסט, עס איז א פארפלייצונג פון נייע ניקס, די הארץ וואקסט פון פרייד, בקרוב וועט עטץ מער נישט זיין געסט נאר זיך שפירן היימיש,
ווי מער אידן קומען אריין אין דעם שטיבל און זוכן צו פארברענגען באהבה ואחוה מיט א ברודערליכע געשמאקקייט, אלס בעסער איז דאס, נאה להם ונאה לעולם,
אמת, יאנקל, קופערניקוס, קאווע טרינקער, מאראנצן זאפט, ברסלבער, וכו', אלע סארטן ריזן זענען דא, אבער די "ריזן" ליינען מיט דארשט יעדנ'ס תגובה, זושא דארף זיין זושא, נישט פרובירן נאכמאכן יענעם, יעדער האט זיך זיינע טאלאנטן.
אויב האט איר א פראבלעם צו שרייבן צוליב די אנדערע ריזן, איז שוין דא היינט די פראדוקטיוו קלאסן אדער להשיג קורסן.....
נעמט אייך שרייבן פלייסיג, מאכטס א גוטן אטמאספערע. ויהא בואכם לטובה ולברכה ולתפארת השטיבל.
שמעקעדיג, די אלע ריזן וואס דו רעכנסט אויס זענען אויך געווען אמאהל ניי, you never know who's going to hit the Jackpot