בלאט 1 פון 2
צורה פון קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 4:02 am
דורך אנאנים
איך בין געווען היינט אין קרית יואל הבירה. ב"ה זיך צואוואקסן הערליך. אסאך נייע גאסן און געגנטן, אבער איין מורא'דיגער חסרון האב איך געזען: די שטאט ווערט געמיינער און מיאוסער. מען בויט גרויסע האלצערנע בנינים פון זעקס שטאק, מיט אסאך דירות אזוי ווי אין די באראקן, אבער מען לייגט נישט קיין שום דגוש אז ס'זאל אויסקוקן אביסל נארמאל און מענטשליך. קימטס למשל אריין אין שטעטל ביי בעיקערטאון אין קיקטס אויף לינקס די הייזער, געבויט איינס אויסגעדרייט מיט'ן פנים צו דיר אין די אנדערע פארקערט (צום מזל האט מען דארט געבויט א פארק ענד רייד וואס נעמט אוועק אביסל דעם עקל). אבער דאס איז פון די קלייניקייטן. קוקטס ביי די נייע גאסן וואס סטוט זיך. ס'איז מיאוס ווי די גלות אן זיך רעכענען מיט די סביבה. קוקטס די הויכע באראקן וואס מען בויט ביים ווינקל פון פארעסט און עיקערס אויפן לאט פון יצחק שווארץ. עפעס א מין גרויסע באמבע אריינגעשטופט אן קיין שום חשבון. פארוואס קען מען נישט לייגן מער דגוש אויף אביסעלע נארמאלקייט? פארוואס בויט מען נישט אביסל קלענערע דירות אין אביסל גרעסערע חצר'ס, מיט שיינע לופטיגע גאסן אין ביימער? און אז איך רעד שוין, פארוואס האט נישט קרית יואל א פארק אזוי ווי יעדע נארמאלע שטאט אז די מאמעס זאלן קענען ארויסגיין זיך אויסטשוכען די אנגעצויגענע נערוון?
Re: קרית יואל המעטירה?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 8:28 am
דורך שמואל הלוי
קרית יואל וואלט שוין לאנג געקענט האבן א פארק ווען נישט די וועד הצניעות וואס האט מורא אז ס'וועט זיין פריצות אז ס'וועט זיין א פארק אין צענטער פון שטאט.
אצינד ווערט געבויעט א פארק אינדרויסן פון שטעטל, ווי מ'וועט פאר יעדעס מאל זיך גיין אויסטשוכן אין פארק דארפן צאלן 16 טאלער פאר א קאר סערוויס (8 א וועג).
---
וועגן די מיאוסקייט פון שטעטל ביסטו 100% גערעכט, און דאס איז שוין חוץ מזה וואס יעדע צווייטע גאס איז א דעד-ענד, און אסאך מאל מוז מען ארומפארן 15 מינוט מיט א קאר, בשעת וואקן דויערט נאר א האלבע מינוט.
למשל פון פילמאר ביז מירון, אדער ווענביורן צו מירון אדער בעקערטאון.
אזוי אויך איז דא נאך אסאך גאסן וואס מ'וואלט געקענט עפענען, אבער מ'האט עס דירעקט געלאזט פארמאכט, למשל סאטמאר דרייוו צו געצל בערגער, אבער דארט איז שוין נישט אזוי געפערליך דאס ארומפארן ווי ביי די פריער דערמאנטע גאסן, ס'איז סך הכל צוויי מינוט מער ארומצופארן.
Re: קרית יואל המעטירה?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 9:46 am
דורך הרב_שלום
למעשה זענען אלע איינוואינער זייער צופרידען פון די פילע דעד ענדס
Re: קרית יואל המעטירה?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:33 am
דורך שרייבער
כפי ידיעתי זענען אסאך פון די דעד ענדס אלס סעקיורטי, טראכט א מינוט, פארוואס עפענט מען נישט קיין וועג פונעם סעווענטין גלייך אריין דארט ווי חיים פריינד'ס גאראדזש איז, און מען שפארט איין 15 מינוט ווען א איד קומט פון וומסב"ג ביז קרית יואל אדער צוריק (אפגערעדט פון דע עקסטערע פינף מינוט ביי די באקאנטע רויט לייט אויפן 32)? ס'האט גאר אסאך מיט סעקיוריטי, מען לעבט אין א משוגענע וועלט, ואין אדם יודע מה יולד יום בנוגע די טעראריסטן וואס האבן שוין טעראריזירט אמעריקא, און אז דא איז אזא גרויסע אידישע שטאט קיעה"ר קען עס זיין א טארגעט, כך שמעתי
Re: צורה פון קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 11:31 am
דורך [NAMELESS]
אנאנים,
זייט ווען קעירן היימישע אידן אויף די אויסזעהן פון א שטאט??
איך געדענק ווען טייערע עסקנים האבען געמאכט א ריזיגע מסיבה אין בארא פארק פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין שליטא, האבן זיי אויפגעהאנגען א ר-י-ז-י-ג-ע סיין אויף דרייצענטע עוועניא איבער די גאס. אפילו די סארט סיינ'ס זענען נישט ליגעל, פארשטיי איך אז אזוי מאכט מען א מצב. אבער איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די עסקנים האבען נישט די ביסל אחריות אראפצונעמען אזא עקעלדיגען סיין פון אונזערע גאסן נאכדעם וואס די מסיבה איז געענדיגט?! איבער א יאהר שפעטער איז נאך די סיין געהאנגען איבער די גאנצע ברייט פון דרייצענטע עוועניא!!!
ווילסט העלפן א איד, פיין. אבער פארוואס פארשמיצסטו אונזערע גאסן?!
Re: צורה פון קרית יואל
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 12:00 pm
דורך איש האמת
ס'איז אן אלטע פראבלעים וואס חסידים האבן
צו זיין ווי מער חזיר'יש
נשלח: פרייטאג מערץ 16, 2012 12:03 am
דורך דעינעש
איש האמת האט געשריבן:ס'איז אן אלטע פראבלעים וואס חסידים האבן
צו זיין ווי מער חזיר'יש
תיקון טעות; ווי מער חסיד'יש
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:05 pm
דורך ווייס ווי שניי
ראשעקאל האט געשריבן:אנאנים,
זייט ווען קעירן היימישע אידן אויף די אויסזעהן פון א שטאט??
איך געדענק ווען טייערע עסקנים האבען געמאכט א ריזיגע מסיבה אין בארא פארק פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין שליטא, האבן זיי אויפגעהאנגען א ר-י-ז-י-ג-ע סיין אויף דרייצענטע עוועניא איבער די גאס. אפילו די סארט סיינ'ס זענען נישט ליגעל, פארשטיי איך אז אזוי מאכט מען א מצב. אבער איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די עסקנים האבען נישט די ביסל אחריות אראפצונעמען אזא עקעלדיגען סיין פון אונזערע גאסן נאכדעם וואס די מסיבה איז געענדיגט?! איבער א יאהר שפעטער איז נאך די סיין געהאנגען איבער די גאנצע ברייט פון דרייצענטע עוועניא!!!
ווילסט העלפן א איד, פיין. אבער פארוואס פארשמיצסטו אונזערע גאסן?!
א וואך נאכדעם האט מען עס שוין געהאט אראפגענומען
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:12 pm
דורך יידל
עס איז נישט אונזער שולד. יארן פון וואוינען אין געטאס און אין לעכער האט פון אונז אויסגעריסן די אעסטעטישער געפיל
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 3:28 pm
דורך [NAMELESS]
ווייס ווי שניי האט געשריבן:ראשעקאל האט געשריבן:אנאנים,
זייט ווען קעירן היימישע אידן אויף די אויסזעהן פון א שטאט??
איך געדענק ווען טייערע עסקנים האבען געמאכט א ריזיגע מסיבה אין בארא פארק פאר שלום מרדכי בן רבקה רובאשקין שליטא, האבן זיי אויפגעהאנגען א ר-י-ז-י-ג-ע סיין אויף דרייצענטע עוועניא איבער די גאס. אפילו די סארט סיינ'ס זענען נישט ליגעל, פארשטיי איך אז אזוי מאכט מען א מצב. אבער איינער קען מיך מסביר זיין פארוואס די עסקנים האבען נישט די ביסל אחריות אראפצונעמען אזא עקעלדיגען סיין פון אונזערע גאסן נאכדעם וואס די מסיבה איז געענדיגט?! איבער א יאהר שפעטער איז נאך די סיין געהאנגען איבער די גאנצע ברייט פון דרייצענטע עוועניא!!!
ווילסט העלפן א איד, פיין. אבער פארוואס פארשמיצסטו אונזערע גאסן?!
א וואך נאכדעם האט מען עס שוין געהאט אראפגענומען
א וואך נאכדעם וואס איך האב געשריבן וועגן דעם??
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:36 pm
דורך קלאר
די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:42 pm
דורך יידל
קלאר האט געשריבן:די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער
הא גופא איז די שאלה פארוואס מ'האט מעיקרא געבויעט א שטעטל אן קיין פארק.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:43 pm
דורך יואליש
אסטעטיקס איז צי קאסטבאר.
די פראפערטי ווערט געפרייזט לויט וויפיל סקווער פיס מ'קען אריינשטיפן. אפענע ספעיס איז אפשר גיט פאר די קוואליטי אוו לייף אבער נישט פארן לאנדסמאן'ס באנק ביכעל.
אפי' די הייזער זעלבסט האב גענימען א שארפן טויש אין כאראקטער וואס שפיגעלט אפ דאס נייע לעבן פונעם חרידי פאמיליע. א גיטע אפארטמענט מיינט אז פון 2500 סקווער פיס פארוואנדעלט מען און ווי מער שלאף צימערן פאר א גרויסע משפחה, דעריבער זענען די שלאף צימערן מער אין צאל אבער קלענער אין סייז. דאס מערסטע ספעיס לאזט מען איבער פאר א ריזן קיך ווי די עקרת הבית פארבראכט רוב טאג, און פארן דייניג רום ווי מ'פראוועט פרייטאג צונאכט, סדר נאכט, און וואכט נאכט. די בית הכסא'ס זענען קלענער פון קליין ווייל ענדערש האבן דריי פיצי בית כסא'ס פאר די קינדער געבענטשטע פאמיליע, ווי צוויי רחבות'דיגע, וואס דאס גרעניצט זיך מיט מנוחה. א גאניק ברויך מען בלויז פאר א סוכה. א שפיל צימער און ספרים שטוב איז אויף יוצא צו זיין.
מה טובו אוהליך יעקב האט מען ארויסגעווארפן פון פענסטער, ווייל מ'איז פרום נאר אויב די עקענאמיע ערלויבט. די רעזולטאט איז אז מ'איז ארומגענומען מיט חלונות פון אלע זייטן און ויצחק כל העם.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:47 pm
דורך יואליש
יידל האט געשריבן:קלאר האט געשריבן:די נייע פארק וואס די וויליזש בויעט האט אין ערגעץ נישט קיין פלאץ אין שטעטל
דא קען מען דאונלאודען די פלענער
הא גופא איז די שאלה פארוואס מ'האט מעיקרא געבויעט א שטעטל אן קיין פארק.
די לעגענדע פון מויל צו אויער פלעגט זיין אז מעיקרא ווען מ'האט זיך ארויסגעצויגן צו די ערשטע "רויטע הייזער" הנקרא סעקשאן וואן, איז געווען דעזעגנירט א חלקה פאר א פארק. דאס איז די פראפערטי אויף וואס ס'שטייט היינט צווישן אפטע וועג און פארעסט ראוד די גרויסע פעסטונג הנקרא בלשון חיבה
ר' יוסל אשכנזי'ס הויז. ס'איז נישט קלאר וויאזוי די פראפערטי איז אנגעקומען צום געטרייען משמש בקודש.
כ'ווייס נישט ווי קראנט די לעגענדע איז, ווארום אין יענע צייטן האט מען נאר געקענט רעדן פון אזוינע מיסברויכן אין די שטילקייט פון די נאכט, אינדרויסן פון שטעטל ווי קיינער הערט נישט. ממילא איז מעגליך ס'איז בלויז קאנספעראציע טעאריעס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 4:58 pm
דורך [NAMELESS]
דאס איז אלעס נארישקייטן, קרית יואל איז די איינציגסטע שטאט אין די וועלט אין די היסטאריע וואס האט דריי בתי קברות, איין רעסטוראנט, קיין איין קאפע הויז
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:34 pm
דורך היסטאריקער
קופערניקוס האט געשריבן:דאס איז אלעס נארישקייטן, קרית יואל איז די איינציגסטע שטאט אין די וועלט אין די היסטאריע וואס האט דריי בתי קברות, איין רעסטוראנט, קיין איין קאפע הויז
טרייב נישט איבער
זיי האבן צוויי מיליכיגע רעסטעראנטס, פלאס די פת שחרית טראק
אינעם ליגעל שטח פון קרית יואל איז נאר דא איין בית החיים, די און די צווי ביה״ח אין שכנות זענין קיין איינס נישט מיוחד פאר תושבי קר״י, עס פארטרעט דריי קהילות (צוויי גאר גרויסע) פון גאנץ נ״י און מאנטריאל און נאך
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 5:44 pm
דורך שמעקעדיג
קופערניקעס האסט פארגעסן די 3 פינטעלעך
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:19 pm
דורך [NAMELESS]
היסטאריקער האט געשריבן:קופערניקוס האט געשריבן:דאס איז אלעס נארישקייטן, קרית יואל איז די איינציגסטע שטאט אין די וועלט אין די היסטאריע וואס האט דריי בתי קברות, איין רעסטוראנט, קיין איין קאפע הויז
טרייב נישט איבער
זיי האבן צוויי מיליכיגע רעסטעראנטס, פלאס די פת שחרית טראק
אינעם ליגעל שטח פון קרית יואל איז נאר דא איין בית החיים, די און די צווי ביה״ח אין שכנות זענין קיין איינס נישט מיוחד פאר תושבי קר״י, עס פארטרעט דריי קהילות (צוויי גאר גרויסע) פון גאנץ נ״י און מאנטריאל און נאך
צימעס'דיגע תגובה אויף א הומארישע ווארט.
ווען די קענסטו נישט שולט זיין ביצר הפארטיי וואס אין דיר, און די גייסטו טון אזא זאך ווי מגיב זיין ערנסט, אויף א הומארישע תגובה, ווייל די קלערסטו אז אינעם וויץ איז געווען חלילה מרומז אז אלע דריי בתי קברות זענען בתי קברות, זיי אזוי גוט און טו עס אין צימעס.
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:22 pm
דורך העלא
קרית יואל האט דריי פיצא סטארס
1)ברייער'סז אין שאפינג צענטער
2) יוסיס אויף עיקרס
3)בארער בלענד אין ביזנעס סענטער
פלאס 2 אפעטייזינג
1)פת שחרית
2)גארפילד עקפרעס
און 9 גראסעריס וואס רוב דערפון פארקויפן סענוויטשעס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:29 pm
דורך קלאר
ס'דא וואס טרעפן איבעראל צימעס
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:34 pm
דורך זר זהב
ס'אויך דא א פליישיגער טעיק אוט וואס איז אפען שפעט. וויזוי הייסט עס נאר? זיי זענען אביסעלע טייער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:36 pm
דורך קלאר
זר זהב האט געשריבן:ס'אויך דא א פליישיגער טעיק אוט וואס איז אפען שפעט. וויזוי הייסט עס נאר? זיי זענען אביסעלע טייער
מן הסתם איז יענער אן ארוני אז די באשילדיגסט אים נאך פאר די ווייסט די נאמען...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 6:46 pm
דורך עסן עסט'זיך
אקעי, ס'יז נאר דא אזויפיל בתי קברות ווי רעסטוראנטס