בלאט 1 פון 2

נייע רעסטעראונט "פניני" אין וויליאמסבורג (געוועזענע איצא'ס)‎

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:22 pm
דורך שעפטל
אדורכפארענדיג אויף די ליע עוועניו שטראסע אין וויליאמסבורג, האב איך געזעהן א פרישע סיין אויף א געשעפט (קוק די בילד), לייג איך מיין מאטערסייקל אויף פארק, און איך רוף שנעל אן מיין חבר דער אלעס-ווייסער, דערציילט ער מיר אז איינער הערשי האפפמאן (וואוינט היינט אין בארא פארק, B60 לייגט יענער צו - גיי ווייס צו ער מיינט הצלה, חברים, צו שומרים, אדער גאר חברה קדישא..) האט עס אפגעקויפט און גייט דארט פריש עפענען א מיליכיגע רעסטעראונט.

דער פלאץ האט א געוואלד מיט היסטאריע, נאך באקאנט ביים עלטערן (און געוויסע יונגערע) דור אלץ "איצא'ס" דער בעה"ב איצא פריעד האט עס יארן געפירט און דארט זענען דורכגעדרייט געווארן כמעט אלע נייעס און גאסיפ פון די לעצטע פיר און צוואנציג שעה..

זייט איצא האט זיך עפעס אריבערגעצויגן קיין פלארידע האבן זיך דארט געטוישט בעלי בתים יעדע שטיק צייט. שוין געווען בעלי בתים (אויב דענק איך גוט) פריעד, אלטמאן, און מסתמה נאך. דער לעצטער בעה"ב איז געווען א בחור ברוך הערש (בארי) דייטש. (כ'בעהט בכל לשון של בקשה אז מ'זאל נישט אריבערפירן די שמועס צו צימעס וד"ל!!!) יעצט גייט זיך עס פריש עפענען אינטער די נאמען "פניני"

אפשר ווייסט דערוילעם מער פארוואס פון איצא ביז יעצט (חוץ דייטש) האבן זיך נישט געהאלטן קיין פארוואלטונג?

אויך אפשר קען דער עולם מער דערציילן אינטערסאנטע היסטאריע און מעשיות פון די געשעפט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:28 pm
דורך היימישער
דער בעה"ב איצא פריעד האט זיך נישט ארובער געצויגען קיין פלארידע נאך זיך געצויגען קיין ק"י ביה"ח, און זיין זין האט עס געפירט אפאר יאר און ער האט זיך געצויגען קיין פלארידע, לויט ווי איך האב געהערט איז ער ווייטער און די פוד קאכען ליין דארט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:29 pm
דורך לעמיל
עס איז געוועין אויך ביי איינעם לעווינשטיין פאר א שטיק צייט,
זאל עס זיין מיט אסאך הצלחה

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:49 pm
דורך נס קאווע
ווער עס פאלט אריין אין קאפעי או ליע ווייסט פארוואס עס גייט, דא האב איך אסאך מאל געזעהן דאס פארקערטע א מין פארשלעפטקייט דריי מענטשן ליניע קענען אמאל ווארטן א דריי פערטל שעה אוודאי דארף מען האבן מזל און אסאך אנדערע זאכן אויך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:50 pm
דורך זר זהב
נס קאווע האט געשריבן:ווער עס פאלט אריין אין קאפעי או ליע ווייסט פארוואס עס גייט, דא האב איך אסאך מאל געזעהן דאס פארקערטע א מין פארשלעפטקייט דריי מענטשן ליניע קענען אמאל ווארטן א דריי פערטל שעה אוודאי דארף מען האבן מזל און אסאך אנדערע זאכן אויך

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:52 pm
דורך נס קאווע
שכוח, פארראכטן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 2:53 pm
דורך אוי טאטי
נו, פארדעם קומט יעצט אריין א נייע בעה׳ב, העמיר זעהן וואס ער קען.

זאל ער האבן אסאך הצלחה!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:15 pm
דורך zurich
בכלל איז דען א פרישטאג רעסטעראנט אזא גוד גויאינג ביזנעס??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:19 pm
דורך לעמיל
האסט אמאל דורך געוואקט אזא סטאר צופרי? קוקט אויס אז נישט שפרציר דורך איינמאל און נאכדעים זאג דו מיך צו עס איז א גוד גויאינג ביזנעס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:23 pm
דורך זר זהב
דעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:24 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן:דעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.

זיי נישט מגזים נישט קיין 400% און נישט קיין 200 אויך נישט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:27 pm
דורך זר זהב
אזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:49 pm
דורך שעפטל
אינטערסאנט, אז כ'מיין חוץ קאפע אה לי איז קיינער נישט ערענסט מצליח, (אפשר גרין'ס יא)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:58 pm
דורך zurich
זר זהב האט געשריבן:אזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH

האסט פארגעסן ער דארף צאלן רענט, לעקטריק,ער דארף באצאלן זיינע ארבעטורערס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:15 pm
דורך זר זהב
איך רעכן בעפאר זיינע עקספענסעס. זאג מיר ווער מאכט 400% פראפיט אפילו פאר די עקספענסעס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:35 pm
דורך לעמיל
דו האלסט נישט אז אויב עס וואלט געוועין אזא גיטע ביזנעס וואלט געוועין מער דערפון? כמעט אלע וואס זענען און דעים וויינען, עס איז נישט אומזיסט

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 4:57 pm
דורך הדד בן בדד
קודם א ווארט צו זר. עס איז גלוי וידוע אז אין די רעסטאראנט ביזנעס איז די פראפיט אויף די "רויע פראדוקטן" גרויס, אבער פון די אנדערע זייט איז די רעסטאראנט ביזנעס זייער א שווערע ליין. קודם איז דא א גרויסע אווערהעד, דערנאך איז דאס זייער שווערע ארבעט, און ער קען כמעט גארנישט אוועקלייגן. וועדשטעבלס וואס ער האט נישט פארקויפט היינט, קען ער נישט אוועקלייגן, און אזוי אויך רוב עסן, וואס עס בלייבט איבער גייט אין גארבידש. איינער דארף דאס באצאלן.

וועס זעהן א אינטערעסאנטע זאך. ביים פארקויפן א ביזנעס, איז די פרייז בערך דריי מאל די יערליכע נעט אינקאם. ביי רעסטאראנטן אבער איז דער פרייז געווענליך פיל ווייניגער, און טאקע דערפאר, ווייל עס איז זייער שווערע ארבעט און זייער א שווערע ליין.

יעצט צוריק צו דעם ספעציפישן רעסטאראנט.

די היסטאריע גייט נאך צוריק אסאך פריער. עס האט אמאל געהערט פאר ר' דוד פעדער ע"ה, און ווען ער איז געבליבן דער איינציגסטער אין ווילי וואס האט פארקויפט א געוויסן צייטונג איז דער געשעפט ארויף אין פלאמען אין מיטן די נאכט.

שפעטער האט עס ר' יצחק הכהן פריעד ע"ה - באקאנט אלס איצא - איבערגענומען, און עס איז געווארן איצא'ס, ער האט געוואוינט העכער דעם געשעפט און עס געפירט אסאך יארן ביז ער האט געמופט צו דעם עולם האמת, דערנאך האט עס איבערגענומען זיין זוהן שמואל - שמילא - וועלכער האט עס שוין געמענעדשט פריער (בד"וו, קיין איינער פון איצא'ס קינדער האט נישט געוואלט דעם רעסטאראנט, און ער האט בערך צען זוהן, דאס זאגט עפעס), ווען ער האט געמופט קיין פלארידע האט ער עס פארקויפט, ואידך פירושא זיל גמור.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 5:11 pm
דורך היימישער
זר זהב האט געשריבן:אזוי? דער בייגל קאסט זיי 16 סענט, דער שמיר טונא פיש 25 סענט, דער סלייס טאמעיטא 0.8 סענט, און ער פארקויפט עס פאר 6-5 דאללער
NOW YOU DO THE MATH


16. בייגל
35. טונא (נייע פרייזען נאכן ארויף גיין)
10. טאמעטע
10. לעדעס
1.25 פעיראל 10 מיניט קעכער
1.25 פעיראל פאר די וועיטער
50. גוי וואס מאפט די פלאר
1.00 רענט
50. מענטענעס
60. לעקטער
50. געז

ס"ה 6.31 $
ווי מאכט די בה"ב געלט ? און פון ווי זאלט קאווערען די 100- 150 טויזענט דאללער וואס ער האט אריין געלייגט ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:27 pm
דורך הדד בן בדד
און אז מען רעדט שוין, אונטער וועמענס השגחה איז די נייער רעסטוראנט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:19 pm
דורך gehlungen
לעמיל האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דעי געשעפטן מאכן 400% פראפיט אויף כמעט יעדע אייטעם וואס זיי פארקויפן.

זיי נישט מגזים נישט קיין 400% און נישט קיין 200 אויך נישט

LEMEL you have to remember they have VERY big bills to pay !!!!!!

ענטפער צו הדד בן בדד

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:00 am
דורך berlbalaguleh
הדד בן בדד האט געשריבן:קודם א ווארט צו זר. עס איז גלוי וידוע אז אין די רעסטאראנט ביזנעס איז די פראפיט אויף די "רויע פראדוקטן" גרויס, אבער פון די אנדערע זייט איז די רעסטאראנט ביזנעס זייער א שווערע ליין. קודם איז דא א גרויסע אווערהעד, דערנאך איז דאס זייער שווערע ארבעט, און ער קען כמעט גארנישט אוועקלייגן. וועדשטעבלס וואס ער האט נישט פארקויפט היינט, קען ער נישט אוועקלייגן, און אזוי אויך רוב עסן, וואס עס בלייבט איבער גייט אין גארבידש. איינער דארף דאס באצאלן.

וועס זעהן א אינטערעסאנטע זאך. ביים פארקויפן א ביזנעס, איז די פרייז בערך דריי מאל די יערליכע נעט אינקאם. ביי רעסטאראנטן אבער איז דער פרייז געווענליך פיל ווייניגער, און טאקע דערפאר, ווייל עס איז זייער שווערע ארבעט און זייער א שווערע ליין.

יעצט צוריק צו דעם ספעציפישן רעסטאראנט.

די היסטאריע גייט נאך צוריק אסאך פריער. עס האט אמאל געהערט פאר ר' דוד פעדער ע"ה, און ווען ער איז געבליבן דער איינציגסטער אין ווילי וואס האט פארקויפט א געוויסן צייטונג איז דער געשעפט ארויף אין פלאמען אין מיטן די נאכט.

שפעטער האט עס ר' יצחק הכהן פריעד ע"ה - באקאנט אלס איצא - איבערגענומען, און עס איז געווארן איצא'ס, ער האט געוואוינט העכער דעם געשעפט און עס געפירט אסאך יארן ביז ער האט געמופט צו דעם עולם האמת, דערנאך האט עס איבערגענומען זיין זוהן שמואל - שמילא - וועלכער האט עס שוין געמענעדשט פריער (בד"וו, קיין איינער פון איצא'ס קינדער האט נישט געוואלט דעם רעסטאראנט, און ער האט בערך צען זוהן, דאס זאגט עפעס), ווען ער האט געמופט קיין פלארידע האט ער עס פארקויפט, ואידך פירושא זיל גמור.

קודם א ייש"כ פאר פאררעכטן "שעפטל" איבער וואו אהין איצא ע"ה האט געמופט. והשנית. ער האט אכט זיהן און צוויי טעכטער. איך בין נאך געווען א ישיבה בחור ווען ער האט עס איבערגענומען פון פעדער. פארדעם האט ער געארבעט אין א גראסערי.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:36 pm
דורך אוי טאטי
שוין,
שוין צי לאנג שטיל געווען,.. סע פארט שוין יעצט ארום מעסעדזשעס אז די הכשר איז א פאלשע הכשר, און מען זאל זיין אפגעהיטן נישט קויפן דארט קיין עסן, און דער יעניגער אימפארגינער לייגט נאך צי fwd to all!,

קען מיר איינער מסביר זיין וואט דע העל דיך גייט אן אז א איד גייט האבן פרנסה?
וואס איז די פשט פון די מעסעדזשעס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 3:38 pm
דורך פויער
גירסאות שווימען אז דער איצטיגער באלעבאס איז א שותף מיטן אלטן יעניגן שותף.