בלאט 1 פון 3

פארוואס איז עס פארשפארט??

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:29 pm
דורך zurich
אסאך מאל אינמיטן בראעזען קאווע שטיבל טרעפט מען זיך אן אין אשכולות און מ'וויל שרייבן כאפט מען זיך אז ס' פארשפארט!! פארוואס ווייל אזוי האב איך געהייסן!!

ממילה די אשכול גייט זיין געווידמעט צו פרעיגן אז מ'טרעפט אן אשכול וואס האט א ריגעל דערויף בלי סיבה, וועט מען קענען דא פרעיגן פארוואס ס'פארשפארט!

די אשכול
כ'האב געפרעגט א מוהל...
איינער ווייסט פארוואס ס'פארשפארט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 3:33 pm
דורך באריסטא
ווייל דער אשכול קומט נישט נאך די פרינציפן וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן.

פראגע צו באריסטא, גבאי דקהילתינו הק'

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:56 pm
דורך berlbalaguleh
באריסטא האט געשריבן:ווייל דער אשכול קומט נישט נאך די פרינציפן וויאזוי אן אשכול דארף געעפנט ווערן.

פארוואס איז דער אשכול "ווען סאטמאר רב וואלט נישט אנגעקומען קיין אמעריקע" פארשפארט? אמת, ס'איז געווען א פאר שרייבערס וואס האבן זיך אויס געדרוקט שלא בדרך כבוד א קעגן א גדול בישראל. אבער מען דארף הערן זייער מיינונג אויך. אפילו ס'שטערט. ספעציעל איינער וואס האט איהם געקענט פערזענליך.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 11:15 pm
דורך נולד מאוחר
אויב סאיז נישט צי סאך געבעטען, וואלט געווען א שיינער זאך אז ווען יס גייט ארויף א שלאס אויף אן אשכול זאל טיחן די סיבה און א תגובה . איך פארשטיי אבער אז די וואלינטעירס זענען פארנימען.

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 12:40 am
דורך זר זהב
ועשית לו כאשר זמם....!!

viewtopic.php?f=33&t=4020

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 1:04 am
דורך ראשעקאל
:lol: !

נשלח: מאנטאג יוני 10, 2013 3:25 am
דורך ר' שמחה
זר זהב האט געשריבן:ועשית לו כאשר זמם....!!

http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?f=33&t=4020

וואס הייסט די אשכול זאגט נישט גארנישט ?
עס מעלדט אז מוסדות חסד לאברהם האבן זיך צוגעשפארט, צו סאיז אמת, איני יודע.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:36 am
דורך יואב
וואס איז פשט מ'שפארט אפ נייעס אשכולות היינט רעכטס און לינקס? די גבאים זענען אין א שלעכטע גוסטע היינט?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:39 am
דורך גבאי שני
די שאלה איז נישט אויף דעם אפשפארן, נאר אויף דעם עפענען. עס האט נישט קיין פשט צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר יעדן קאנדידאט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:39 am
דורך רויטע וואנצעס
זענען באבלאזן אז ווינער האט פארלוירן.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:40 am
דורך רויטע וואנצעס
גבאי שני האט געשריבן:די שאלה איז נישט אויף דעם אפשפארן, נאר אויף דעם עפענען. עס האט נישט קיין פשט צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר יעדן קאנדידאט.


מטעם אנשי שם?

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:41 am
דורך זר זהב
דאן פארוואס איז דא צוויי איינס פאר היינס און איינס פאר לאפעז? שפאר דארט אויך צו איינס

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:42 am
דורך יואב
גבאי שני האט געשריבן:די שאלה איז נישט אויף דעם אפשפארן, נאר אויף דעם עפענען. עס האט נישט קיין פשט צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר יעדן קאנדידאט.

Big deal!
וועמען שטערט דאס? פארוואס זאל מען נישט קענען יעדעם אויספראקן אדער אויסלויבן באזונדער? ממה נפשך. אויב ווערט דער אשכול אקטיוו, מיינט ס'איז דא אינטערעסע דערין. אויב נישט וועט דאס במילא אראפארן. ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס מ'האט זיך פארטשעפעט אויף אזא נארישן ענין.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:43 am
דורך סאשי פיש
גבאי שני האט געשריבן:די שאלה איז נישט אויף דעם אפשפארן, נאר אויף דעם עפענען. עס האט נישט קיין פשט צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר יעדן קאנדידאט.

וועלכע שפארט מען צו און וועלכע נישט?
עס איז נאך דא אפענע!!!

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:44 am
דורך גבאי שני
זר זהב האט געשריבן:דאן פארוואס איז דא צוויי איינס פאר היינס און איינס פאר לאפעז? שפאר דארט אויך צו איינס

די הודעה איבער לאפעז האב איך צוגעפירט צו זיין אשכול אין צימעס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:46 am
דורך I'm back
קינדער, ביהעיווטס.
די גבאים דארפן נישט ווערן ביזי אזוי שפעט ביינאכט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:47 am
דורך רויטע וואנצעס
מטאר נישט וועלן צו סאך. פעיסבוק פארשפארט מען אויב מ'וויל צו סאך חבירים, טוויטער אויב מ'וויל צו סאך אותיות, און קאווע שטיבל אויב מ'וויל צו סאך אשכולות.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:48 am
דורך גבאי שני
יואב האט געשריבן:
גבאי שני האט געשריבן:די שאלה איז נישט אויף דעם אפשפארן, נאר אויף דעם עפענען. עס האט נישט קיין פשט צו עפענען א באזונדערן אשכול פאר יעדן קאנדידאט.

Big deal!
וועמען שטערט דאס? פארוואס זאל מען נישט קענען יעדעם אויספראקן אדער אויסלויבן באזונדער? ממה נפשך. אויב ווערט דער אשכול אקטיוו, מיינט ס'איז דא אינטערעסע דערין. אויב נישט וועט דאס במילא אראפארן. ס'איז מיר אינטערסאנט פארוואס מ'האט זיך פארטשעפעט אויף אזא נארישן ענין.

די אשכולות זענען געעפענט געווארן בכדי צו וואנדאליזירן דעם פלאץ, היות עס איז איינעם נישט געפאלן אז איינער האט געעפענט אן אשכול איבער איין געוויסן קאנדידאט.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 12:49 am
דורך שעפטל
גבאי שני האט געשריבן:
זר זהב האט געשריבן:דאן פארוואס איז דא צוויי איינס פאר היינס און איינס פאר לאפעז? שפאר דארט אויך צו איינס

די הודעה איבער לאפעז האב איך צוגעפירט צו זיין אשכול אין צימעס.

:געוואלד: :דיסלייק: :דיסלייק

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 11, 2013 1:47 am
דורך יואב
איך בין מכניע מיין דעת צו די דעה פון די געהרטע גבאים וואס גיבן זיך איבער בלב ובנפש פאר דעם פלאץ ערב בוקר וצהרים שלא על מנת לקבל פרס. יעצט וויל איך סתם פארשטיין וואס איז די אויפברויז דא. גבאי שני האט נאכמיטאג שוין פארשפארט דער איצטיגער אקטיווער אשכול איבער וואלן אפדעיטס, מיטן טענה ס'פארלאנגט זיך נישט א באזונדערן אשכול פאר דעם. כ'האב דאן געהויבן אויגן ברעמען הלמאי אזא אשכול זאל נישט זיין ערלויבט צו אנגיין. למעשה האט ער זיך לבסוף בארעכנט דאס אויפצועפענען. יעצט האט דאס שוין 6 בלעטער, און ס'איז שטארק אקטיוו און נוצבאר געוועזן דורכאויס די נאכט. ס'איז פארגעקומען א זייער קולירפול פריימעריי נאכט מיט פילע אינטערסאנטע פארמעסטן, געפלאכטן מיט צאללאזע פארשידענע אגענדעס. איינער וויל רעדן פון דעבלאזיא, א צווייטער פון חיים דייטש, און א דריטער פון טשארלס היינס. אנדערע ווילן רעדן איבער ספרינג וואלי אדער ראקלענד קאונטי, און א באריכט איבער שפיצער ווינער ווילן אויך געוויסע היילייטן. און דאס איז אלעס פון אינדרויסן די צימעס זאנע וואו ס'האנדלט זיך איבער פארטיישע איינגעלגנהייטן. פארוואס ברויך מען אלצדינג אריינקוועטשן אין איין אשכול? איך מוז יעצט בלעטערן פילע אלגעמיינע נייעסליך און אנאליזן? אז כ'האב געוואלט דעבאטירן נעכטן מיט הוגה איבער טשארלס היינס, האט דאס געזאלט זיין אינעם 138 שטאקיגע וועבערמאן געביידע. מילא דאס האב געשריבן אויבן אויך. אז ס'איז דא אינטערעסע און ס'ווערט אקטיוו, דאן איז דאך גוט. און אז ס'איז נישט דא, נידערט דער אשכול אראפ במצולות האשכולות און א גוטן טאג. איך ווייס נישט פארוואס דאס ברויך ווערן דערשטיקט בייזערהייט.

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:17 pm
דורך יואב
פארוואס האבן די גבאים פארשלאסן דעם אשכול איבער מעגליכע תקנות? וואט-דע-העק איז ראנג? אייוועלט דא?

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:18 pm
דורך זיידעטשקע
וועלכע אשכול?
לינק ביטע

נשלח: מאנטאג מערץ 23, 2015 1:27 pm
דורך שמעקעדיג
viewtopic.php?p=260742#p260742

ממש אומפארשטענדליך.