בלאט 1 פון 2

וויזוי קען איך סעלעברעיטן מיין עניווערסערי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:36 pm
דורך הדד בן בדד
טייערע אידן, עס איז מיין עניווערסערי, און די אידענע איז אין די מוד פון סעלעברירן אויף עפעס אן אופן. איך קען נישט ספענדן קיין סאך געלט, סאו אפשר קען איינער פון די חברים דא געבן עפעס אן עצה וויאזוי מען קען דאס באווייזן?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:39 pm
דורך זר זהב
גיי צו אן אייסקריעם סטאר, זיסאלייק אין בארא פארק איז גוט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 8:41 pm
דורך הדד בן בדד
אקעי, איך וויל דירעקט נישט גיין צו א היימישע סטאר אין א היימישע געגענט.

קען עניבאדי אפערן עפעס אנדערש?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:04 pm
דורך הדד בן בדד
יעצט האב איך געטראפן אין א אנדערע אשכול א לינק צו אלע סטארס אין טינעק ניו דשערזי, איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט די געשעפטן, קען איינער מיר אנצייגן צו וועלכע פלאץ לוינט זיך צו גיין, וועלכע איז א נארמאלע מכובד''דיגע פלאץ און וועלכע איז נאר א ביליגע?

פליז העלפט ארויס

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:10 pm
דורך יידל
הדד בן בדד האט געשריבן:יעצט האב איך געטראפן אין א אנדערע אשכול א לינק צו אלע סטארס אין טינעק ניו דשערזי, איז דא איינער וואס האט עקספיריענס מיט די געשעפטן, קען איינער מיר אנצייגן צו וועלכע פלאץ לוינט זיך צו גיין, וועלכע איז א נארמאלע מכובד''דיגע פלאץ און וועלכע איז נאר א ביליגע?

פליז העלפט ארויס

דיין ווייב ווייסט דאך אויך נישט. עם איר צו סיי וועלכן רעסטוראן און זאג איז ס'א מכובד'יגער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:13 pm
דורך הדד בן בדד
קודם איז זי נישט קוקו, זי ווייסט נאך א חילוק צווישן א ביליגע פלאץ און א בעסערע פלאץ, אויסער דעם, אז איך גיי שוין וויל איך דאך האבן גוטע עסן, פרעג איך אויב איינער ווייסט עפעס?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:15 pm
דורך געפילטע פיש
וואס מיינט נישט קייו סאך געלט?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:21 pm
דורך הדד בן בדד
ביז צוויי הונדערט דאללער

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:24 pm
דורך ידען
דוקא עסן אדער ארויסגיין א נאכט פארברענג?

אגב פארוואס לייגסטו נישט די לינק ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:26 pm
דורך ידען
הדד בן בדד האט געשריבן:ביז צוויי הונדערט דאללער

פאר 200 קענסטו אסאך האבען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:27 pm
דורך הדד בן בדד
נו רעד, קודם עסן, ווייל מיר זענען ביידע הונגעריג, אבער נאכדעם אביסל פארברענגען וואלט געווען שיין

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 9:55 pm
דורך געפילטע פיש
Wolf & Lamb איז דא אין מאנהעטן אדער אין פלעטבוש, איז נישט געפערליך טייער, ס,'נאך פאר היינט נאכט? ווייל לעבן דיעל ניו זשערסי (א שעה פון ברוקלין) איז דא שיינע רעסטוראנטן.

ב. ד. וו. אויב זוכסטו אויסצומיידן היימישע קענסטו כמעט אין ערגעץ נישט גיין, איבעראל קען מען טרעפן היימישע.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:09 pm
דורך הדד בן בדד
מיך באדערט נישט אז איך טרעף א היימישן, (איך בין טאקע אן אנטיסעמיט, אבער נישט אזא גרויסער...) אבער איך וויל נישט גיין אין מיטן היימישן געגענט.

שוין זעהט אויס אז דאס יאריגע עניווערסירי וועל איך שוין נישט פייערן, אפשר וועל איך גיין ערגעץ נעקסטע וואך, זיך פארזעהן וויזוי מען גיין פייער דאס נעקסט יעריגע...

נו, לאמיך הערן, זאגט פליז ווי.

און ווי איז וואלף און לעמב, און ביז וויפיל אזייגער זענען זיי אפן, און וואס איז דא אין דיעל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 06, 2012 10:53 pm
דורך ידען
מייקס ביסטרא האבעך זייער הנאה געהאט א פאר וואכען צוריק.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:47 am
דורך chosen people
Nobo wine and grill teaneck nj
The have delicious and tasty food. The last time I was there I took Lamb riblets for a starter, and short ribs for main dish the meat is so soft.
Also the head chef/owner is very a nice person he talks to everyone so nicely and he explains everything. When I was there everything from the menu besides one item was from chassidisha supervision.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:50 am
דורך נולד מאוחר
זעצט דיך ציזאמען מיט איר צים תהילימ'ל געב אפ א שבח והודאה פארן אייבערשטען אז ער האט דיך געלאזט אנקומען ביז אהער.
ער וואלט דיך געקענט אוועקנעמען אינגערהייט פון דא.

די סטעק ביי מייקס ביסטרא איז טוב מאוד .

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:29 am
דורך העי נאו
איך האב שוין עטליכע מאל געגעסן ביי etc statehouse סנישט טייער אין די עסן איז זייער געשאמאק http://www.etcsteakhouse.com

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 1:33 am
דורך נולד מאוחר
העי נאו האט געשריבן:איך האב שוין עטליכע מאל געגעסן ביי etc statehouse סנישט טייער אין די עסן איז זייער געשאמאק http://www.etcsteakhouse.com

ער האט אן הכשר?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:07 am
דורך העי נאו
יא VA'AD HARABANIM - RABBINICAL COUNCIL OF BERGEN COUNTY (RCBC

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 9:31 am
דורך לעמיל
הדד בן בדד האט געשריבן:נו רעד, קודם עסן, ווייל מיר זענען ביידע הונגעריג, אבער נאכדעם אביסל פארברענגען וואלט געווען שיין

וואס מיינסטו פארברענגען? ווילסט איבער שלאפען אדער נאר פארברענגען און צוריק אהיים גיין?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 11:50 am
דורך הירשל ציג
פארוואס האט מען אזוי שטארק מורא אז אין א רעסטאראן וועט מען אנטרעפן נאך היימישע אידן? מ'עסט דען מיט א פרעמדע ווייבל? (אנטשולדיקט מיר)

ממ"נ: טאמער טאר מען נישט מעג מען אין טינעק און מאנהעטן אויך נישט!

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:30 pm
דורך שמעקעדיג
הערשעלע, דו דארפסט פארשטיין די מענטאליטעט פון דעם היימישן חסיד'ישן עולם (איך מיין נישט חב"ד......)
אויב דו האסט גענוג געליינט דא פון דעם "סיסטעם", ווי יעדער קען ווערן אונטער א מינוט לשיחה בפי הבריות, וועסטו פארשטיין פארוואס דער עולם אטעמט אפ ווען מען ארויס פון דעם גדר וואס אנטהאלט דעם "סיסטעם".
דער סיסטעם האט טאקע אסאך גוטע חלקים, ווי שוין דערמאנט אין אנדערע אשכולות, אבער עכ"ז דארף מען אמאל א ברעיק...

איך געדענק איך בין מיט א צייט צוריק אוועקגעפארן מיט מיין ווייב פאר א קורצע וואקאציע, 3-4 טעג, ארויס פון ניו יארק. כ'האב געדאווענט אין א חב"ד שטיבל. מיטגעברענגט עסן.
די אטמאספערע איז דארט געווען אזוי רואיג, בכלל איז אינדרויסן פון ניו יארק א אנגענעמע רילעקסד אטמאספערע, אבער דאס זיין אין א דיפערנעט פלאנעט האט מיך ממש ארומגענומען מיט אויסערגעווענליכע רואיגקייט.
ווען איך בין צוריקגעקומען צו מיין היימישע גאס, האב איך כמעט געוואלט שרייען! איך האב עס נישט געקענט פארנעמען! עס האט מיר גענומען 2-3 טעג ביז איך האב זיך צוריק צוגעוואוינט דערצו....

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 12:43 pm
דורך הירשל ציג
הער איך... א שאד אז ס'איז נאך אזוי