דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר

ארט, גראפיק,און פאטאגראפיע
רעאגיר
חאצקל
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 726
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יולי 30, 2012 11:01 pm
האט שוין געלייקט: 650 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 240 מאל

דראמער'ס (פויקער'ס) אויף אונזערע אלבום'ס די לעצטע 40 יאר

שליחה דורך חאצקל »

נו, וואס האט איר צו זאגן אויף די דראמערס וואס האבן געדראמט אויף אונזערע טעיפס די לעצטע 40 יאר, זייט אונזערע מוזיק טראגט א מודערנעם כאראקטער?

ביי מיר פערזענליך מאכט א דרומער זייער שטארק אויס אויפן קוואליטי פונעם טעיפ, ווייל ער איז די "באדי" און ריקן ביין פונעם אלבום (פארשטייט זיך אז ס'ווענדט זיך אויך זייער שטארק אינעם ארעינדזשער און אינעם סאונד מענטש), ס'דא ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס דער דראמער איז מער צוגעפאסט, און ווידער איז דא אנדערע סארט ניגונים און ארעינדזשמענטס וואס אן אנדערער דראמער איז מער צוגעפאסט. ס'דא אמאל וואס ס'קוקט אויס אז דער דראמער איז קאלט, טריקן, פארשלאפן אדער סתם אבי געזינט א.א.וו. און ס'דא אמאל פארקערט, פיל מיט פרישקייט א.א.וו.

איך ווייס נישט די נעמען פון די אלע דראמערס וואס האבן געדראמט במשך די לעצטע פערציג יאר, איך ווייס נאר פון ריק קאטלער פון אמעריקא, און רן ורד פון ישראל וועלעכע זענען ביידע געווען הויפט קאנקורענצן זה לעומת זה במשך קרוב צו 20 יאר;
אשר פדי; אבי אבידני; ברק בן צור; ניר צדקיהו; תומר צדקיהו; נחום... (אלע פון ישראל), און אויך אביסל גל גערשאווסקי און לערי... און אברמי שרייבער פון ניו יארק. דאס זענען אלע דראמערס וואס איך ווייס.

מיט די דראמערס פון די ערשטע צייטן בין איך נישט באקאנט. ווי אויך בין איך נישט באקאנט וועלעכע פון די ערשטע טעיפ'ס ס'זענעהן געניצט געווארן מאשין דראם'ס (דער חילוק צווישן די עכטע און מאשין דראם'ס פון יענע צייטן איז מיר נישט באקאנט).

איז וואס איז אייער מבינות אויף די אלע דראמערס, און אויף די פארשידענע ארעינדזשמענטס פאר דראם געוואנדן אין די מוזיק ארעינדזשערס?

דער אשכול פארמאגט 65 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר