בלאט 1 פון 1
"ברוקלין" איז די 2'טע טייערסטע פלאץ צו וואוינען אין אמעריקע
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 2:59 pm
דורך זר זהב
מיט גרויס פרייד האט דער היימישער עולם תושבי ברוקלין וואס ציילט זיך איבער 100 טויזענט אויפגענומען
די גאר קיהלע נייעס אז זיי האבן די זכיה צו וואוינען אינעם סאמען טייערסטן שטאט
(בארא) פון איבער גאנץ אמעריקע. (ששש נישט ממש, מאנהעטען איז נומער איינס, ברוקלין נומער 2. איין נומער מאכט נישט אויס, פארוואס צושטערן די שמחה?)
איבער אלע ברוקלינער גאסן האבן זיך היימישע אידן ארויסגעלאזט אין טאנצערייען און געזאנג. לאקאלע ברוקלינע באמעס מיט די לעיטעסט סטייל שווארצע ברילן טיילן וויין און וויסקי, בעלי דרשנים און בדחנים הייטערן דעם ציבור, ליצנות און דברי זלזול ווערן געהערט אויף די אלע נארישע אפגעריסענע אידן וואס וואוינען אין מאנסי, מאנראוי, נייטרא, בעיסוואטער, פייוו טאונס, קעטסקילס, לעיקוואוד, טינעק, מארריסטאון, דיעל, עדיסאן, היילענ פארק, באלטימאר, טשיקאגא, קליוולאנד, מיאמי, קאנעטיקוט. פאליציי פלאגט זיך צו האלטן דעם עולם אין קאנטראל.
מער אפדעיטס ועלן נאכפאלגן.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:05 pm
דורך טעלעפאן
אבער נאך אלע מעשיות, איז אונזער הויעכע ריעל עסטעיט יעצט בארעכטיגט אונטער אלע סירקומסטאנסען...
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 07, 2012 3:45 pm
דורך פערינא
מכאן אזהרה יצאת, די רעפארט מעג זיין אן ערענסטע אויפוועיק ריף, די הייסע ריעל עסטעיט מארקעט אין ברוקלין האט אסאך געהאט ציטון מיט די פארלאנג פאר א ביליגערע אלטערניטיוו צי מענהעטען, מילא ווען עטץ קויפטס לאטס פאר 200 א בילדעבעל אין די נארטס, וואוטש אוט, איטס לוזינג די אפיעל
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 11:00 am
דורך גוטזאגער
סאיז מיר טאקע אביסעל שווער צו פארשטיין וויאזוי אונז וואוין מיר און ברוקלין און ויאזוי זענען אונזערע עלטערן מלחמה איבערלעבערס זיך באזעצט נישט מער אום נישט ווייניגער און ברוקלין וואו די ריעל עסטעיט און דאס לעבן איז טייער אפי' די אמאליגע פרייזן און עס געווען אפי' א שכונה אין מאנהעטן די איסט סייד.
קען זיין די יודעלעך האבען געטראכט ביי זיך נאך אזא ביטערע מלחמה ווען מען האט זיי דערנידערט און צוקלאפט אז מען וועט זיך באזעצען דייקא אינעם צענטער, און לאמיר זען זאל זיך איינער דערוואגען אונז אוועק צו טרייבן....
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 12:24 am
דורך זר זהב
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 1:26 am
דורך זר זהב
ברוקלין האלט אן דעם ספאט פון די צווייט טייערסטע אורבאן סיטי אין אמעריקע (נאך מאנהעטטען).
קוקט דא פאר די 5 מאוסט אפארדעבעל סיטיס וואו צו וואוינען
http://homes.yahoo.com/news/america-s-m ... ities.html
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 1:37 pm
דורך זר זהב
און ווידער זאגט א פריש באריכט אז ברוקלין און מאנהעטען זענען די 2 טייערסטע שטעט צו וואוינען אין די יו עס עי
http://www.nydailynews.com/manhattan-br ... -1.1313956
נשלח: פרייטאג אפריל 12, 2013 6:16 pm
דורך וואלפה
גוטזאגער האט געשריבן:סאיז מיר טאקע אביסעל שווער צו פארשטיין וויאזוי אונז וואוין מיר און ברוקלין און ויאזוי זענען אונזערע עלטערן מלחמה איבערלעבערס זיך באזעצט נישט מער אום נישט ווייניגער און ברוקלין וואו די ריעל עסטעיט און דאס לעבן איז טייער אפי' די אמאליגע פרייזן און עס געווען אפי' א שכונה אין מאנהעטן די איסט סייד.
קען זיין די יודעלעך האבען געטראכט ביי זיך נאך אזא ביטערע מלחמה ווען מען האט זיי דערנידערט און צוקלאפט אז מען וועט זיך באזעצען דייקא אינעם צענטער, און לאמיר זען זאל זיך איינער דערוואגען אונז אוועק צו טרייבן....
דער תירוץ איז א פשוטער
א') נאכן פארן אזא לאנגע צייט אויף רוישיגע ים כוואליעס האבען זיי זיך געווילט זעהן אראפ פון שיף אינעם ערשטען דאסטענאציע, וואס דאס איז טאקע נ.י.
ב') דער שטאלץ און סימבאל פון פרייהייט איז דער סטעדשו אוו ליבערטי און נאכן אנטלויפן פון די ערגסטע דיקטאטרן און צרות, זעהנדיג זייער געווינטשענעם גליק האבן זיי געאמפערט נעבן דעם סטעדשו.
ג)- און דאס איז די עיקור סיבה, ווייל יודן זענען אלטס געווען גרויסע סוחרים ממילא פלעגען זיי אלע יארן וואונען און די גרויסע ביזנעס שטעט ווי אין בודאפעסט, קראקא, פראנקפורט אא"וו. ווען זיי זענען אהער געקומען, זענען זיי ווייטער געגאנגען צום גרעסטן ביזנעס צענטער
נשלח: זונטאג אפריל 14, 2013 4:28 pm
דורך פשטידא
גוטזאגער האט געשריבן:סאיז מיר טאקע אביסעל שווער צו פארשטיין וויאזוי אונז וואוין מיר און ברוקלין און ויאזוי זענען אונזערע עלטערן מלחמה איבערלעבערס זיך באזעצט נישט מער אום נישט ווייניגער און ברוקלין וואו די ריעל עסטעיט און דאס לעבן איז טייער אפי' די אמאליגע פרייזן און עס געווען אפי' א שכונה אין מאנהעטן די איסט סייד.
קען זיין די יודעלעך האבען געטראכט ביי זיך נאך אזא ביטערע מלחמה ווען מען האט זיי דערנידערט און צוקלאפט אז מען וועט זיך באזעצען דייקא אינעם צענטער, און לאמיר זען זאל זיך איינער דערוואגען אונז אוועק צו טרייבן....
איך מיין אז אלע אדער רוב גרעסערע אימיגראנטן גרופעס האבן זיך באזעצט קודם אין ניו יארק און פון דארט זיך אוועקגעצויגן צו אנדערע געגנטער און/אדער אסימילירט געווארן אינעם אמעריקאנער שמעלץ טאפ.
ס'איז בלויז נאטורליך. דא איז מען אראפגעקומען פון די שיף, און דא איז געווען גארנישט ערגער אדער בעסער ווי סיי וואו אין גאנץ אמעריקע. שפעטער האט שוין יעדער אימיגראנט געוואוסט אויפצוזוכן 'זיין' גרופע אין ניו יארק, און שוין פארבליבן דא איינגעגלידערט.
בלויז די חרדי'שע אידן, וויבאלד זיי זענען נישט געווארן אסימילירט (מער ווייניגער), און פאר זיי איז שווער זיך צו גיין באזעצן סיי וואו אין די גרויסע וועלט צוליב נאנטע משפחה פארבינדונגען און קינדער מוסדות, זענען זיי פארבליבן סטאק אין ברוקלין, און ניו יארק בכלל.