בלאט 1 פון 2

פריע מנינים סליחות די ערשטע נאכט

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 9:47 pm
דורך חד גדיא
רוב מנינים שטעלן זיך איינס אזייגער.
איינער ווייסט וועגן מינינים אין ברוקלין וואס שטעלן זיך 11-12? אדער פריער?

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 9:49 pm
דורך ל.רוזן
לויט דעם אר"י הק' איז נישט אויסגעהאלטן צו זאגן י"ג מידות פאר חצות

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:18 pm
דורך חד גדיא
רוזן. אזעלכע תגובות זענען מיינע פעיוואריטס. איינער האט דיך געפרעגט צו מ׳מעג?? אפשר איז עס נוגע א פרוי? א חולה? אז דו קענסט ארויסהעלפן מיר זאגן וועגן א פריע מנין - העלף. אז נישט פעלט נישט אויס זיך אנצורופן.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:27 pm
דורך ל.רוזן
איך האב געמיינט אז דו ווייסט נישט.
בד"ו עס איז א סכנה סוי איך ווייס נישט צו א אשה אדער א חולה מעג

Sent from my SPH-M580BST Using ForumTouch for Android

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 08, 2012 10:41 pm
דורך וויליאמסבורגער
אין פוילישע שטיבעל אויף ראסס סטריט שטעלט מען זיך 12:45

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:37 pm
דורך קרעקער
ווער איז געווען ביי יודא גרין?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 10:57 pm
דורך נולד מאוחר
האפר קר. קענט. סליחות +כפרות. חצות.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:24 pm
דורך חד גדיא
נאכאמאל, צום נייעם יאר.
ווער ווייסט פריע סליחות מנינים אין ברוקלין פאר די קומענדיגע מוצאי שבת?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 5:58 pm
דורך נהורא נפישא
סליחות איז מיוסד צוזאגן פון חצות ביז'ן עלות וויבאלד ס'איז אן עת רצון לויט חז"ל והמקובלים (סאיז מאדנע אז למשל אין סאטמאר ווארט מען דוקא נאכן עלות ומי יבא בסודם) פאר חצות האט נישט קיין פשט אז די קענסט נישט זאגן פאר סיי וועלעכע סיבה ביזטו פטור סאיז נישט קיין חיוב מדין התלמוד

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 6:17 pm
דורך חד גדיא
איך וויל נעמען מיינע קינדער. וואלט גוט געווען א מנין פון 10 אדער 11 ביינאכט
איך ווייס אז ס'איז יעדעס יאר דא אזעלכע מנינים. כ'דארף נאר וויסן ווי.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 7:53 pm
דורך שרייבער
חד גדיא האט געשריבן:איך וויל נעמען מיינע קינדער. וואלט גוט געווען א מנין פון 10 אדער 11 ביינאכט
איך ווייס אז ס'איז יעדעס יאר דא אזעלכע מנינים. כ'דארף נאר וויסן ווי.

ווי האסטו געזאגט פאר א יאר?

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 9:40 pm
דורך איחוד פעלד
אין שומר שבת אין בארא פארק איז דא יעדעס נאכט א מנין דאכט זיך צען אזייגער, מוצ"ש ווייס איך נישט.

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 29, 2013 10:42 pm
דורך סאו וואט
כ'האב געזעהן עדוועטייזט און דו קלאסיפיידס א ביהמ"ד בית שלמה בווימ"ס וואס זאגט עלעף אזייגער

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 12:33 am
דורך ארבעס
איך זיך עצות ווי צי גיין סליחות מוצאי שבת. איך בין מודה ומתוודה אז איך פלעג אלע יארען זאגען פארטאגס. אבער איך האב נישט קיין כח. מיין גאנצע טאג ווערט ציפידעלט.
מיין טאטע האט שוין אויך אנגעהויבען מוצאי שבת שוין לעצטע צעהן יאר איז אלס שמע בני מוסר אביך איז מסודר.
איך האב ליב חזנות אין ערענסט הארציג ניגינים דא אין דארט. למשל הנשמה לך....... אויך די פריער איז בעסער. סתם פעניען א פאר שעה ביז אנהייב וויל איך נישט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2014 9:55 am
דורך דריידל
א חבר מיינע האט מיר אמאל געזאגט אז ער זאגט סליחות מוצ"ש אין די איסט סייד 10:00

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 16, 2014 8:47 am
דורך Big Boy
ארבעס האט געשריבן:איך זיך עצות ווי צי גיין סליחות מוצאי שבת. איך בין מודה ומתוודה אז איך פלעג אלע יארען זאגען פארטאגס. אבער איך האב נישט קיין כח. מיין גאנצע טאג ווערט ציפידעלט.
מיין טאטע האט שוין אויך אנגעהויבען מוצאי שבת שוין לעצטע צעהן יאר איז אלס שמע בני מוסר אביך איז מסודר.
איך האב ליב חזנות אין ערענסט הארציג ניגינים דא אין דארט. למשל הנשמה לך....... אויך די פריער איז בעסער. סתם פעניען א פאר שעה ביז אנהייב וויל איך נישט.



If you don't mind a modern crowd, you can hear Helfgot in Park East Synagogue in Manhattan. You have to buy a ticket. They advertise on vosizneias.com

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 23, 2016 2:20 pm
דורך חד גדיא
פאריאר איז געווען א מנין סליחות מוצ"ש 10 אזייגער ביים שוהל 14 קארנער 52 - פארגעסן ווי אזוי עס הייסט.

Re: פריע מנינים סליחות די ערשטע נאכט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 9:36 pm
דורך טמיר
א מנין סליחות ביי חצות אין ווילי ווייסט אפשר איינער?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:16 pm
דורך תנחום
וויזשניץ ראסס סט. 12:30

Re: פריע מנינים סליחות די ערשטע נאכט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:27 pm
דורך טמיר
שכוח. און וואס טו איך אויב איך בין א שראליסט??

Re: פריע מנינים סליחות די ערשטע נאכט

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:28 pm
דורך גרויסע מענטשעלע
ביינאכט סליחות אין מאנסי ?

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:28 pm
דורך ליפא
ווייסט איינער פון א פריע מנין אין דזשערזי סיטי

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 01, 2016 10:58 pm
דורך תנחום
טמיר האט געשריבן:שכוח. און וואס טו איך אויב איך בין א שראליסט??

האט נישט מורא די היציגע חסידים זענען זיכער געפארען צום רבי'ן