בלאט 1 פון 1
רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 15, 2012 10:37 am
דורך יידל
אפאר טעג צוריק האב איך געמאלדן אז דוד גרינפעלד האט אינדארסירט לו פידלער (
viewtopic.php?f=3&t=160). דער עולם האט דארט קאמענטירט אז כ'האב געמשיט די יוצרות. זעט אויס אז די רושם פון פורים האט נאך געשוועבט אין די ליפט.... איצטער אבער קום איך צו אייך מיט די פולע באריכט. די מעשה איז וואו פאלגנד: קארל קרוגער איז געווען א סטעיט סענעטאר פאר די 27'סטער דיסטריקט אין ניו יארק (נעמט אריין: פלעטבוש, בארא פארק, ברייטאן ביטש, מאנהעטען ביטש, מיל בעסין און שיפסהעד בעי). קרוגער האט געדארפט רעזעגנירען צוליב קארופציע קלאגעס. א ספעציעלע פארמעסט איז פאררופן געווארן צו ערעצן זיין זיץ. אין די ספעציעלע פארמעסט לויפן דעמאקראטישער לואיס (לו) פידלער, אנקעגן רעפובליקאנער דוד סטאראבין. ווי פארשטענדליך איז פידלער פרא תועבה געזעצן (נישט ווי איך האב געמאלדן פאריגע מאל). אידישע עסקנים שטיצן אבער פידלער צוליב זיין פלאן צו געבן שטיצע פאר ישיבות.
מצב באריכטעט אבער אז נאנט צו 50 רבנים פון ניו יארק האבן אינטערגעשריבען אז מיר קענען זיך נישט לאזן פון די שוחד געלט וואס פידלער פארשפרעכט און אז וויילן פאר א פרא-תועבה קאנדידאט איז א חילול השם. ווי עס שיינט גייט פידלער געווינען דעם פארמעסט, חוץ אויב די רבנים'ס קול קורא וועט האב ןגאר א שטאארקע אפקלאנג אין די אידישע געגנטער וואס די זיבן און צוואנציגסטער דיסטריקט נעמט אריין.
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 12:50 pm
דורך יידל
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: מאנטאג מערץ 19, 2012 1:24 pm
דורך [NAMELESS]
לו פידלער האט חתונה געהאט מיט א זכר?
ער האט ערפינדן משכב זכור?
ער פראטעסטירט פאר זייערע רעכטן?
אדער איז ער א דעמאקראט און האט טיילמאל געשטימט פארטייאיש?
עס איז שוין צייט צו קוקן אזוי, נישט יעדע דעמאקראט איז תועבה.
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: דינסטאג מערץ 20, 2012 8:47 am
דורך יידל
אנשטאט די קריטיק זאל פארשארפערט ווערן, מעלדט ישיבה וועלט נייעס אז רבנים האבן גאר צוריקגעצויגן פון זייער שטיצע פאר דעיוויד סטאראבין, דער אנטי-תועבה קאנדידאט!
http://www.theyeshivaworld.com/article.php?p=121823אינעם זעלבן ארטיקל דעקט ישיבה וועלט אויף אז לכל הפחות פיר פון די נעמען אויף די אריגענעלע קול קורא אין שטיצע פון סטאראבין זענען גאר געווען געפעלטשט. אינעם זעלבען צייט האב ןאויך פילע עסקנים אונטערגעשריבן מ'זאל וויילען פארן פרא-תועבה קאנדידאט:

Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: מיטוואך מערץ 21, 2012 10:41 am
דורך יידל
וועט איר דאך אודאי פרעגן ווער ס'האט געוואונען דעם פארמעסט? דער ענטפער איז... ביידע.
http://www.nytimes.com/2012/03/21/nyreg ... .html?_r=2
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 4:21 pm
דורך גדעון
Re: רבנים אסר'ן צו וויילען פאר לו פידלער
נשלח: דאנערשטאג מערץ 29, 2012 10:49 pm
דורך randy_couture
פארוואס לינקס????
שרייב וואס דארט שטייט און בקיצור און נאכדעם אז די ברענגסט א לינק פאר מער אינפארמאציע הכל רוויח