בלאט 1 פון 2
סימנים לכבוד ראש השנה
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:45 pm
דורך שמעקעדיג
סימנים חדשים לר"ה:
חסה - שה' יחוס וירחם עלינו
פיצה - שיתפוצצו אויבנו ומבקשי רעתנו
אבטיח - שתהיה שנה מבטיחה ושנגלוש בבטחה באינטרנט
בשר - שנתבשר בשורות טובות
בקר - שנזכה לבקר בבית מקדשנו ותפארתנו
סחוג - שישרפו אויבנו ומבקשי רעתנו
פלפל - שנהיה מפולפלים בתורה ובחכמה
מלח - שנהיה ממולחים ופקחים
צנון - שיצטננו שונאינו
פיתה - שנתפתה רק לדברים טובים
מצה/מיץ - שנמצה את כל יכולותינו
סוכריה - שיסכרו דמעותינו ונהיה רק שמחים
שניצל - שנינצל מגזרות קשות
נקניקיה - שנתנקה מחטאנו ומעוונותינו
תפוח אדמה - שנהיה ענווים ושפלים כאדמה
קציצה - שיקצצו לנו בתשלומי מיסים ובעול מלכות
געפילטע פיש * - שנקיא את כל חורשי הרעה ממנו
אפונה - שנתפנה ללימוד תורה וחסד
כיפלי - שתהיה שנה כיפית ומאושרת
גומי - שתהיה שנה גמישה ונינוחה
קולה - שתמיד יאמרו לנו "קולה כבוד!"
חלב עז - שלא נעבוד ע"ז
טחינה - שישמעו ויתקבלו תחינותינו
חומוס - שנתרחק משוד ומחמס
אורז - שנזכה לארוז חבילות צדקה וחסד
חרוב - שיחרבו בתי תפלות ועבודה זרה
דג - שתהיה לנו שנה מצחיקה ומדוגדגת
ואני שמעתי שחסידי חב"ד אוכלים גם קולורבי - כדי לזכות ולשמוע את קולו של הרבי.
-----------------------------------
(* נאמען געענדערט כדי נישט צו פוגע זיין אין אונזער ניק)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:49 pm
דורך [NAMELESS]
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש * - שנקיא את כל חורשי הרעה ממנו
(* נאמען געענדערט כדי נישט צו פוגע זיין אין אונזער ניק)

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 2:50 pm
דורך זר זהב
קיווי - "כי בי ירבו ימיך ויוסיפו לך שנות חיים".
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:56 pm
דורך על המחיה
מעיאנעיז - שיפתחו מעינות החכמה
סארדינען - סר דינא קשה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:43 am
דורך אויס מענטש
גאלע = שיתגלה כבוד מלכותו עלינו
סושי = תהא "שעה זו" שעת רחמים
ועוי"ל שיתייאשו שונאינו
פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:53 am
דורך טעלעפאן
Wow....
שמעקעדיג איך האב געוואוסט אז דו ביסט גוט אבער אז דו ביסט ״ריזיג״ דאס האב איך שוין נישט געוואוסט...
נורא נוראות וואס איך האב דא צאמגעלאכט. און ווי עס ווערט טאקע געברענגט אין די ספרים אז תשובה דארף מען טון בשמחה, איז עס א פאסיגע הכנה פארן אנקומענדיגן ראש השנה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:45 am
דורך זר זהב
אויס מענטש האט געשריבן:גאלע = שיתגלה כבוד מלכותו עלינו
סושי = תהא "שעה זו" שעת רחמים
ועוי"ל שיתייאשו שונאינו
פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"
דאן טאר מען עס
נישט עסן!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:18 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:אויס מענטש האט געשריבן:פיסטעשוס = שלא יהי' לנו "פוסטע שעות"
דאן טאר מען עס
נישט עסן!
אקעי, שוין לאנג וואס איך האב די קשיא, אפשר קען מיר איינער פארענטפערן.
מען עסט ראש השנה אסאך גוטע סימנים, און מען נעמט די ברכות דערפון פאר אונז,
און אסאך נישט גוטע סימנים און מען לייגט עס אן אויף אונזערע שונאים.
למשל מען עסט מילגרוימען, פיש, האניג, כדי ס'זאל זיין פאר "אונז" א זיס יאר, אסאך מצוות, מיר זאלן זיך פארמערן, א.א.וו.
נאכדעם עסט מען למשל "כרתי", אבער דאס שמירט מען שוין אן אויף די שונאים, "שיכרתו שונאינו".
יעצט, איך האב זייער ליב פיש טעילס (וויידלעך בלע"ז). און בכלל נישט די קאפ.
איז אפשר קען איך אנשטאט עסן דעם קאפ און וואונטשן "שנהי' לראש ולא לזנב", ענדערש עסן א טעיל און וואונטשן "שיהיו שונאינו לזנב ולא לראש"?
ממילא לויט דעם קען מען פארענטפערן פאר זר זהב, מען זאל "יא" עסן פיסטעשוס, און וואונטשן די פוסטע צייט פאר אונזערע שונאים?
ודו"ק.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:23 pm
דורך בן תמליון
ואני שמעתי מ'עסט RAISIN און SALARY מ'זאל טאקע רעיסן דעם סעלערי.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:53 pm
דורך זר זהב
ליידיג צייט פאר די שונאים קען זיין שלעכט פאר אידן!
פארוואס מיינסטע האבן אידן אזויפיל געליטן יארן צוריק?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:58 pm
דורך על המחיה
שמעקעדיג האט געשריבן:
ממילא לויט דעם קען מען פארענטפערן פאר זר זהב, מען זאל "יא" עסן פיסטעשוס, און וואונטשן די פוסטע צייט פאר אונזערע שונאים?
ודו"ק.
די שונאים זאלען האבען פוסטע (איבעריגע) צייט? נאר דאס נישט!
שאי סביב עיניך וראי וואסארא חורבנות די חברה מיט איבעריגע צייט מאכען אן...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:37 pm
דורך אויס מענטש
די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
די סימנים איז לכל השנה
=
בדרך רמז עסט מען סושי מיר זאלן ווערן רייך ווי די טשייניזע {רעגירונג}
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:46 pm
דורך שמואל הלוי
די "רומני" שטיצער וועלן זאגן א עקסטערע יה"ר ביים עסן די "רמון", אז ער זאל געווינען קעגן אבאמא.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:47 pm
דורך זר זהב
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:10 pm
דורך שמעקעדיג
אויס מענטש האט געשריבן:די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
די סימנים איז לכל השנה
=
בדרך רמז עסט מען סושי מיר זאלן ווערן רייך ווי די טשייניזע {רעגירונג}
דוכט זיך אז נאר אמעריקאנער ניס איז מען זיך נוהג נישט צו עסן. אבער כ'בין נישט זיכער.
סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:27 pm
דורך אויס מענטש
שמעקעדיג האט געשריבן:
דוכט זיך אז נאר אמעריקאנער ניס איז מען זיך נוהג נישט צו עסן. אבער כ'בין נישט זיכער.
סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.
פיסטעשוס איז אמעריקנער ניסלעך
מיט די צווייט הערה ביסטו גערעכט
אבער בדרך רמז זעהן זיי אויס די זעלבע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:37 pm
דורך געפילטע פיש
שמעקעדיג האט געשריבן:סושי איז א יאפאנעזער מאכל, נישט טשייניז.
זיי האבן ביידע שמאלע געפאסטע אויגן, ולא פליג.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:06 pm
דורך זר זהב
גאלארעטא- גלה כבוד מלכותך עלינו
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:17 pm
דורך יידל
שמעקעדיג האט געשריבן:אקעי, שוין לאנג וואס איך האב די קשיא, אפשר קען מיר איינער פארענטפערן.
מען עסט ראש השנה אסאך גוטע סימנים, און מען נעמט די ברכות דערפון פאר אונז,
און אסאך נישט גוטע סימנים און מען לייגט עס אן אויף אונזערע שונאים.
למשל מען עסט מילגרוימען, פיש, האניג, כדי ס'זאל זיין פאר "אונז" א זיס יאר, אסאך מצוות, מיר זאלן זיך פארמערן, א.א.וו.
נאכדעם עסט מען למשל "כרתי", אבער דאס שמירט מען שוין אן אויף די שונאים, "שיכרתו שונאינו".
יעצט, איך האב זייער ליב פיש טעילס (וויידלעך בלע"ז). און בכלל נישט די קאפ.
איז אפשר קען איך אנשטאט עסן דעם קאפ און וואונטשן "שנהי' לראש ולא לזנב", ענדערש עסן א טעיל און וואונטשן "שיהיו שונאינו לזנב ולא לראש"?
די זעלבע קושיא האב איך שוין יארן אויף די וואס עסן נישט קיין זויערע זאכן אזוי ווי זויערע פיקל און טאמאטע דיפ מיט וויניגער ווייל מ'וויל נישט האבן א זויער יאר. פארוואס קען מען עס נישט עסן און וואונטשן די זויער יאר אויף אונזערע שונאים?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:49 pm
דורך שמעקעדיג
פון זר זהב:זר זהב האט געשריבן:שמעקעדיג האט געשריבן:מעג מען ע"פ הלכה תשעה באב נאך חצות ארויפקומען דא אויף קאווע שטיבל שטופן די צייט?
יא, איך האב געפרעגט מיין דיין. ער זאגט אבער איך זאל אבבאכט געבן נישט צו פארקריכן אינעם "תורה" פארום.
זר זהב האט געשריבן:איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר גע'פסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.
זאג נאר, וועלכן דאייען נוצטו?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:56 pm
דורך זר זהב
ער לאזט נישט אויסזאגן, ער האט שוין צופיהל שואלים...
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:06 am
דורך villager
וואס א סימן איז גוט פאר לייקס? איך האב שוין זעכציג תגובות און נאר 7 לייקס

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:07 am
דורך שמואל הלוי
villager האט געשריבן:וואס א סימן איז גוט פאר לייקס? איך האב שוין זעכציג תגובות און נאר 7 לייקס

עס "ליקעריש" אדער טרינק "ליקער".