בלאט 1 פון 1
באצאלען אדער אנזעצן קרעדיט קארט
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:03 pm
דורך אלזא
איז כדאי צוצאלן יעדע חודש מינומיום פעימנט (אויף עטליכע קארטלעך) כדי נישט צו אנזעצן די קרעדיט אין די צייט וואס עס וואקסט אינטערסט אין עס גייט נישט אראפ פונעם קרן אין אויב יא עד מתי
אדער עס אנזעצן
אפאר אלפים ווייל ער קען עס מימילא נישט באצאלן אין מוועט אים צונעמען וואס ??(די פראגראמן)
אייער עקספיריענס ?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 3:48 pm
דורך דעינעש
רוף אן די חברה פון די ליין, וואס טוען אין די זאכן פון סעטלען פאר סענס אויפן דאללער. זיי וועלן זיין מאאר דען העפפי אייך צו סערווירן אבאמא'ס פראגראמען פון רעיזן די דעפטה סילינג פון בארגן פאר אמעריקע פון אויסלאנד'ישע רעגירונגען. פאר דעם צוועק אז קיינער זאל נישט אונטערברעכן חלילה.
(ווען אלעס איז שוין בערך גרייט, פרוביר צו ארויסציען שוין ס'מערסטע וואס שייך.)
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 6:05 pm
דורך אלזא
דעינעש האט געשריבן:רוף אן די חברה פון די ליין, וואס טוען אין די זאכן פון סעטלען פאר סענס אויפן דאללער. זיי וועלן זיין מאאר דען העפפי אייך צו סערווירן אבאמא'ס פראגראמען פון רעיזן די דעפטה סילינג פון בארגן פאר אמעריקע פון אויסלאנד'ישע רעגירונגען. פאר דעם צוועק אז קיינער זאל נישט אונטערברעכן חלילה.
(ווען אלעס איז שוין בערך גרייט, פרוביר צו ארויסציען שוין ס'מערסטע וואס שייך.)
זיי בעטן בערך 900$ אויף א קארטל לוינט זיך שוין נישט ווען די חוב איז 2000
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:00 pm
דורך הירשל ציג
זיי בעטן 10% פון די סעיווינגס
און פון קלענערע קארדס, ווי למשל 2000 דולר, וועלן זיי נעמן 350 טאלער
איך האב געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט איינער פון די היימישע פירמעס ווי איך בין פטור געווארען פון 70 אלפים קארדס פאר 25 סענטס אויף די דאלער. דאס איז נאך אלע FEES פון יענע פירמע
אז נישט פאר זיי וואלט איך געצאלט לעולם ועד
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 7:01 pm
דורך דבילה
זעט אויס ווי די נייעסטע חתונה פלאן...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:24 pm
דורך ירושלים
א גרויסער באקאנטער אונגענומענער רב שליט"א, האט אמאל געשטורעמט ביי זיין שובבים דרשה, וזה לשונו:
א יונגערמאן פרעגט מיר צו ער מעג מאכן א קרעדיט קארד אויף אנצוזעצן, איך האב אינגאנצן נישט באגרייפט פון וואס ער רעדט, אבער נאכן מיר דאס מסביר זיין בין איך אויפגעשפרינגען, דאס זענען אידישע קינדער? פאלנע גנבים? ווען איינער פאלט ליידער אריין, איז ער דאך נישט שולדיג (אפי' ס'איז נישט ממש אזוי) אבער בידים ממש גיין אנזעצן בכוונה תחילה!!!!
בקיצור, דער רב האט נישט געקענט זיך בארואיגן.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:41 am
דורך הירשל ציג
מ'רעדט נישט פון סתם זיך אנקויפען אהן וועלן באצאלען. עכ"פ נישט איך רעד דערפון.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:55 am
דורך געפילטע פיש
און איך צאל די ביל יעדע חודש ווי א נער...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:06 am
דורך שמעקעדיג
געפילטע פיש האט געשריבן:און איך צאל די ביל יעדע חודש ווי א נער...
עמך אנכי בצרה.....
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:13 am
דורך הירשל ציג
הירשל ציג האט געשריבן:מ'רעדט נישט פון סתם זיך אנקויפען אהן וועלן באצאלען. עכ"פ נישט איך רעד דערפון.
ביי אנדערע ווערט עס אוממעגליך נאך א וויילע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:18 am
דורך קלאר
אנזעצן לכתחילה איז פשוט גזילה, גזל עכו''ם איז אויך אסור
נאכדערצו קען אמאל זיין אז אידן אפי' נישט שות''מ האבען דארט שעירס וכו'
אין מיינסט טאקע אז די קרעדיט קארד קאמפעניס זעהן נישט אז פין אינזער זיפ קאוד קומט די מערסטע אנגעזעצרייען? (אויב ס'וואלט ווען געווען אזוי)
אבער, אויב קענסט עס באמת נישט באצאלען פארוואס זאלסטו נישט ניצן דיינע רעכטן?
מ'דארף נישט ניצן אייביג קיין קאמפעניס פאר דעם, צומאל קען מען עס אליין מסדר זיין
ווען זיי זעהן אז זיי האבען נישט אפשען צו באקומען א פעימענט נאכדעם וואס איר קענט זיי נישט באצאלען פאר א לענגערע צייט
וועלן זיי מסכים זיין צו סעטעלן אויף פעניס אויב וועט איר רעדן צו זיי ווי א 'איד'
איך אליין האב אמאל געהאלפן מיינס א קרוב, ער האט געהאט א ק''ק בילל פין עטליכע טויזענט דאללער
איך האב גערופן די קאמפעני וועלכע האט נישט געזעהן קיין פעימענט פאר גאר א לאנגע צייט, אין זיי האבען זיך אנפאנג געהאלטן זייער שטרענג
האב איך זיי געזאגט הער מיך צו, אז די ווילסט רעדן צו מיר נארמאל איז גיט
די אקאונט איז נישט מיינס, איך וויל דא העלפן מיין קרוב
אויב וועסטו צולייגן א פלייצע וועט ער קענען געהאלפן ווערן אין די וועסט כאטשיג עפעס באקומען
אין אז נישט זיי מיר געזינט אין איך ווייס אז ער קען דיר קיין דאללער נישט געבן (יענער האט נעבעך טאקע נישט געקענט)
ער לייגט מיך אויף האלד אין קומט צירוק, מיט אינגאנצען א אנדערע שפראך,
ער זאגט מיר ווייזטו וואס, די ווילסט אים העלפן איך וויל אים אויך העלפן איז די גיבסט מיר יעצט ארום 10% (איך געדענק נישט פינטקליך אבער אזויפיל איז עס אויגעקומען) וויש איך אפ די גאנצע חוב,
איך בין געווען סורפרייזד, זאג איך אים איי עפרישיעיט דיס אבער שיק מיר אריין א קאנטראקט ווי די ביזט זיך מתחייב אפצווישן די חוב פאר דעם סכום
ביז אפאר מינט האב איך באקומען אין פעקס אזא צעטיל
איך האב געשיקט א פעימענט אין אפגעווישט די חוב ב''ה
אבער מ'דארף זייער אכטונג געבן
זיי קענען אויך שיקן א זשאזשמענט, וואס מען טאר נישט איגנארירן
בקיצור מ'דארף וויסן וואס מ'טוט
אין פראבירן נישט צו דארפן צוקימען צו די זאכען
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:33 am
דורך הירשל ציג
שמעקעדיג האט געשריבן:געפילטע פיש האט געשריבן:און איך צאל די ביל יעדע חודש ווי א נער...
עמך אנכי בצרה.....
ביי אנדערע ווערט עס אוממעגליך נאך א וויילע
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:25 pm
דורך אלזא
הירשל ציג האט געשריבן:זיי בעטן 10% פון די סעיווינגס
און פון קלענערע קארדס, ווי למשל 2000 דולר, וועלן זיי נעמן 350 טאלער
איך האב געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט איינער פון די היימישע פירמעס ווי איך בין פטור געווארען פון 70 אלפים קארדס פאר 25 סענטס אויף די דאלער. דאס איז נאך אלע FEES פון יענע פירמע
אז נישט פאר זיי וואלט איך געצאלט לעולם ועד
נאמען ? נאמבער?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:28 pm
דורך אלזא
ירושלים האט געשריבן:א גרויסער באקאנטער אונגענומענער רב שליט"א, האט אמאל געשטורעמט ביי זיין שובבים דרשה, וזה לשונו:
א יונגערמאן פרעגט מיר צו ער מעג מאכן א קרעדיט קארד אויף אנצוזעצן, איך האב אינגאנצן נישט באגרייפט פון וואס ער רעדט, אבער נאכן מיר דאס מסביר זיין בין איך אויפגעשפרינגען, דאס זענען אידישע קינדער? פאלנע גנבים? ווען איינער פאלט ליידער אריין, איז ער דאך נישט שולדיג (אפי' ס'איז נישט ממש אזוי) אבער בידים ממש גיין אנזעצן בכוונה תחילה!!!!
בקיצור, דער רב האט נישט געקענט זיך בארואיגן.
די אשכול איז נישט וועגן שובבים סאיז פאר וואס צו טון למעשה
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:33 pm
דורך אלזא
קלאר האט געשריבן:אנזעצן לכתחילה איז פשוט גזילה, גזל עכו''ם איז אויך אסור
נאכדערצו קען אמאל זיין אז אידן אפי' נישט שות''מ האבען דארט שעירס וכו'
אין מיינסט טאקע אז די קרעדיט קארד קאמפעניס זעהן נישט אז פין אינזער זיפ קאוד קומט די מערסטע אנגעזעצרייען? (אויב ס'וואלט ווען געווען אזוי)
אבער, אויב קענסט עס באמת נישט באצאלען פארוואס זאלסטו נישט ניצן דיינע רעכטן?
מ'דארף נישט ניצן אייביג קיין קאמפעניס פאר דעם, צומאל קען מען עס אליין מסדר זיין
ווען זיי זעהן אז זיי האבען נישט אפשען צו באקומען א פעימענט נאכדעם וואס איר קענט זיי נישט באצאלען פאר א לענגערע צייט
וועלן זיי מסכים זיין צו סעטעלן אויף פעניס אויב וועט איר רעדן צו זיי ווי א 'איד'
איך אליין האב אמאל געהאלפן מיינס א קרוב, ער האט געהאט א ק''ק בילל פין עטליכע טויזענט דאללער
איך האב גערופן די קאמפעני וועלכע האט נישט געזעהן קיין פעימענט פאר גאר א לאנגע צייט, אין זיי האבען זיך אנפאנג געהאלטן זייער שטרענג
האב איך זיי געזאגט הער מיך צו, אז די ווילסט רעדן צו מיר נארמאל איז גיט
די אקאונט איז נישט מיינס, איך וויל דא העלפן מיין קרוב
אויב וועסטו צולייגן א פלייצע וועט ער קענען געהאלפן ווערן אין די וועסט כאטשיג עפעס באקומען
אין אז נישט זיי מיר געזינט אין איך ווייס אז ער קען דיר קיין דאללער נישט געבן (יענער האט נעבעך טאקע נישט געקענט)
ער לייגט מיך אויף האלד אין קומט צירוק, מיט אינגאנצען א אנדערע שפראך,
ער זאגט מיר ווייזטו וואס, די ווילסט אים העלפן איך וויל אים אויך העלפן איז די גיבסט מיר יעצט ארום 10% (איך געדענק נישט פינטקליך אבער אזויפיל איז עס אויגעקומען) וויש איך אפ די גאנצע חוב,
איך בין געווען סורפרייזד, זאג איך אים איי עפרישיעיט דיס אבער שיק מיר אריין א קאנטראקט ווי די ביזט זיך מתחייב אפצווישן די חוב פאר דעם סכום
ביז אפאר מינט האב איך באקומען אין פעקס אזא צעטיל
איך האב געשיקט א פעימענט אין אפגעווישט די חוב ב''ה
אבער מ'דארף זייער אכטונג געבן
זיי קענען אויך שיקן א זשאזשמענט, וואס מען טאר נישט איגנארירן
בקיצור מ'דארף וויסן וואס מ'טוט
אין פראבירן נישט צו דארפן צוקימען צו די זאכען
שקעיך פאר די אינפא
יעצט קענסטו עפענען א אשכול איבער חילול השם ,גניבה ,וכו'
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:34 pm
דורך משה רוקח
אויב סעטלט מען א קרעדיט קארד, קען מען נאך אמאל צוריק אויפבויען דעם קרעדיט?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 2:15 pm
דורך שמעקעדיג
זיכער. באנקראט איז די ערגסטע זאך פאר קרעדיט, און עכ"ז ווערט עס פארשוואונדן פון די רעקארד נאך 10 יאר.
און אויב דו גייסט מיט א פראפעשענאל וואס בויעט קרעדיט, קען עס נעמען נאך פיהל שנעלער.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:12 pm
דורך אלזא
אלזא האט געשריבן:הירשל ציג האט געשריבן:זיי בעטן 10% פון די סעיווינגס
און פון קלענערע קארדס, ווי למשל 2000 דולר, וועלן זיי נעמן 350 טאלער
איך האב געהאט זייער א גוטע עקספיריענס מיט איינער פון די היימישע פירמעס ווי איך בין פטור געווארען פון 70 אלפים קארדס פאר 25 סענטס אויף די דאלער. דאס איז נאך אלע FEES פון יענע פירמע
אז נישט פאר זיי וואלט איך געצאלט לעולם ועד
נאמען ? נאמבער?
הירשל וואס גייט פאר דארפסט הילף ?