כ'קען נישט עפארדן קיין סך געלט פאר ד' מינים. וואו קען מען קויפן ביליג און ווען איז די בעסטע צייט צו קויפן?
איז עס נארמאל אז א כשר'ע לולב זאל קאסטן 50 דאלער? רויבערס.
איין יאר האב איך געקויפט פאר 40 דאלער אן אתרוג, ווער בין איך אז איך מוז סאדדענלי ווערן א מהודר'דיגע איד? ווען ס'געקומען סוכות צופריה ווען מ'ווערט פלוצלינג עמאשענעל פאר די מצוה האב איך זיך געשפירט לייק 2 סענט מיט מיין ביליגן אתרוג.
אפשר איז שוין בעסער נישט צו קויפן, און כעל בארגן פון א חבר. ס'מיר א אפקומענישט. לעצטן יאר האב איך שוין געהאט א לולב פאר 15 דאלער, כא'גפרעגט אלע ארומיגע און
מ'האט געזאגט אז ס'כשר. שפעטער האב איך עס געוויזן פאר א דיין האט ער געקרומט מיט די נאז אז ס'איינגעבויגן ביים שפיץ. פריער ביים טישל האט איינער געזאגט אז ס'גאר א הידור לויט געוויסע שיטות.
איך האב נישט קיין נערווען מער. קען מיר איינער אהערשטעלן די 4 מינים פאר אונטער 100 טאלער? ס'זאל קומען רעדי טו גא, איך זאל נישט דארפן ארומלויפן?
אויב נישט גייט מען גאנץ מעגליך בארגן.
ד' מינים אפקומעניש
- זר זהב
- חבר ותיק
- הודעות: 9465
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
- האט שוין געלייקט: 3728 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 3783 מאל
ד' מינים אפקומעניש
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
דער אשכול פארמאגט 46 תגובות
איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.
רעגיסטרירן איינשרייבן