בלאט 1 פון 1

של"ה הק': ס'לוינט זיך צו זוכן היתרים {עפ"י התורה}

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 09, 2012 11:10 pm
דורך זר זהב
דער בני יששכר ברענגט עס נאך אין מאמרי חודש אלול.

בני יששכר מאמרי חודש אלול מאמר ב - ברית כרותה

גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים דכתיב [תהלים קכח ב] יגיע כפיך כי תאכל אשריך (בעולם הזה) וטוב לך (לעולם הבא) עכ"ד, וקצרתי לשון הגמ' עיין שם [ברכות ח א], וידוע דהמאמר הזה קשה להלום לפי פשוטו, ופירש בו הרב הקדוש בעל השל"ה [מסכת שבועות נר מצוה מ"ז], דהכוונה, יש מי שהוא ירא שמים בכל דבר ופורש מכל דבר ספק בחוששו פן יבוא לנגוע בקצה האיסור, והנה יש מי שמייגע את עצמו בתורה וממציא היתרים עפ"י התורה בדבר שנראה כספק איסור הנה יאכלו ענוים וישבעו, הנה הוא אוכל ונהנה מיגיעו, הנה נהנה מיגיעו כזה הוא גדול מירא שמים המחמיר, דנהנה מיגיעו כזה טוב לו בזה ובבא, עכ"ד עיין שם, אבל קשה לפי"ז וכי ס"ד שהירא שמים לא יהיה לו שכר רק בעוה"ז ולא בעולם הבא, אבל לפי הנ"ל* יתכן, דהנה לעוה"ב שואלין לאדם עצמו הדין וההלכה, מי שדרכו היה בעולם הזה לייגע את עצמו בתורה להמציא קולות עפ"י התורה אז טוב לו גם לעוה"ב שיפסוק הדין לקולא עפ"י התורה, משא"כ הירא שמים בלי יגיעה בתורה יחמיר, הבן הדבר.

* קוקטס אינעם לינק: ותמצא בדברי הגדולים הראשונים.

אגב איז עס שיין אפצולערנען דעם גאנצן שטיקל דארט פון קל הוריתה לנו לומר.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:24 am
דורך שמעקעדיג
גיי מיר דאס ארויספרינטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אויף ריזיגע פלאקאטן, און ארויסהענגען אויף אלע גאסן, און דערמיט איבערדעקן די אלע מחאה צעטלעך פון די חוה"מ מחאות אויף די עירוב טראגערס און אנדערע א.ג. פערצעס.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:35 pm
דורך נאך א פשט
שמעקעדיג האט געשריבן:גיי מיר דאס ארויספרינטן מיט גרויסע קידוש לבנה אותיות אויף ריזיגע פלאקאטן, און ארויסהענגען אויף אלע גאסן, און דערמיט איבערדעקן די אלע מחאה צעטלעך פון די חוה"מ מחאות אויף די עירוב טראגערס און אנדערע א.ג. פערצעס.


בעסער טו דאס אינמיטען די נאכט, אז נישט קענען די קנאים דיר נאך פארשטיינערן.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 1:59 pm
דורך איחוד פעלד
דער ווארט שטייט אויך אין מדרש שמואל בשם פריערדיגע.

נישט יעדער האט געהאלטען ווי דער של"ה, די בני יששכר שרייבט דארט קעגען איינער וואס עסט נישט בשר שהורה בה חכם, וואס אסאך האבען יא זיך אזוי געפירט.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:40 am
דורך נאך א פשט
דאס איז פונקטליך וואס די גמרא מיינט מיט 'כוח דהיתרא עדיף'

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:45 am
דורך יידל
איך געדענק א מהרש"א וואס שרייבט אקוראט די זעלבע אויפן פסוק אשריך וטוב לך. איינער ווייסט פון וואס כ'רעד?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:03 pm
דורך נאך א פשט
יידל האט געשריבן:איך געדענק א מהרש"א וואס שרייבט אקוראט די זעלבע אויפן פסוק אשריך וטוב לך. איינער ווייסט פון וואס כ'רעד?

חולין מד, א

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:39 pm
דורך על המחיה
איחוד פעלד האט געשריבן: די בני יששכר שרייבט דארט קעגען איינער וואס עסט נישט בשר שהורה בה חכם, וואס אסאך האבען יא זיך אזוי געפירט.


עי' עוד בבני יששכר מאמרי חודש אדר מאמר ב' (שקל הקודש) דרוש ז' באריכות בענין זה

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 10:51 am
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:דער בני יששכר ברענגט עס נאך אין מאמרי חודש אלול.

בני יששכר מאמרי חודש אלול מאמר ב - ברית כרותה

גדול הנהנה מיגיעו יותר מירא שמים דכתיב [תהלים קכח ב] יגיע כפיך כי תאכל אשריך (בעולם הזה) וטוב לך (לעולם הבא) עכ"ד, וקצרתי לשון הגמ' עיין שם [ברכות ח א], וידוע דהמאמר הזה קשה להלום לפי פשוטו, ופירש בו הרב הקדוש בעל השל"ה [מסכת שבועות נר מצוה מ"ז], דהכוונה, יש מי שהוא ירא שמים בכל דבר ופורש מכל דבר ספק בחוששו פן יבוא לנגוע בקצה האיסור, והנה יש מי שמייגע את עצמו בתורה וממציא היתרים עפ"י התורה בדבר שנראה כספק איסור הנה יאכלו ענוים וישבעו, הנה הוא אוכל ונהנה מיגיעו, הנה נהנה מיגיעו כזה הוא גדול מירא שמים המחמיר, דנהנה מיגיעו כזה טוב לו בזה ובבא, עכ"ד עיין שם, אבל קשה לפי"ז וכי ס"ד שהירא שמים לא יהיה לו שכר רק בעוה"ז ולא בעולם הבא, אבל לפי הנ"ל* יתכן, דהנה לעוה"ב שואלין לאדם עצמו הדין וההלכה, מי שדרכו היה בעולם הזה לייגע את עצמו בתורה להמציא קולות עפ"י התורה אז טוב לו גם לעוה"ב שיפסוק הדין לקולא עפ"י התורה, משא"כ הירא שמים בלי יגיעה בתורה יחמיר, הבן הדבר.


ס'דוכט זיך מיר אז די מראה מקום פונעם בני יששכר צום של"ה איז א טעות, און דער ריכטיגער מראה מקום דארף זיין "מהרש"א". איך האב געזוכט אין של"ה דעם ווארט און כ'האב נישט געקענט געפונען. ווי כ'האב שוין אויבן געשריבן שרייבט דער מהרש"א און חולין מד,א אקוראט די זעלבע פשט. מ'דארף נאכקוקן אין די ניי איבערגעדרוקטע בני יששכר'ס וועלכע מראה מקום זיי ברענגן.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 10:58 am
דורך בן תמליון
זייער שיין. מענין לענין איז באקאנט וואס דער ישמח משה זי"ע טייטשט קדש עצמך במותר לך וואס פשוט מיינט אפילו אינעם מותר זיי מצמצם אבער דער יש"מ זאגט אז פשט איז פארקערט טוה דעם מותר ווי עס באדארף צו זיין זיי נישט פרום, דורך דעם וועסטו זיין מקודש וועסט נישט צוקומען צו איסור.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 06, 2012 2:12 pm
דורך ונבנתה העיר
נאך א פשט האט געשריבן:דאס איז פונקטליך וואס די גמרא מיינט מיט 'כוח דהיתרא עדיף'

פשוט פשט מיינט עס אז כוחא דהיתרא איז א גרעסערע חידוש, און אז מען האט א ברירה ארויסצוברענגן אדער די שיטה המחמירה אדער דער מקיל, איז מען ענדערש מדגיש דעם מקיל.

נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 13, 2012 1:02 am
דורך איחוד פעלד
וואס איז מיט פשוט פשט אין דעם מאמר, מיינט עס אז א איד א בעה"ב איז מער חשוב פין א כולל אינגערמאן?

נשלח: מאנטאג פעברואר 16, 2015 11:05 pm
דורך שמעון וואלף
בן תמליון האט געשריבן:זייער שיין. מענין לענין איז באקאנט וואס דער ישמח משה זי"ע טייטשט קדש עצמך במותר לך וואס פשוט מיינט אפילו אינעם מותר זיי מצמצם אבער דער יש"מ זאגט אז פשט איז פארקערט טוה דעם מותר ווי עס באדארף צו זיין זיי נישט פרום, דורך דעם וועסטו זיין מקודש וועסט נישט צוקומען צו איסור.

ענדליך צו דעם האב איך געזעהן אין אגרא דכלה פרשת משפטים אויפ'ן פסוק לא תטה משפט אביונך. ברענגט ער פונעם חוזה אז אביונך איז מרמז אויף תאוות המשגל (ותפר האביונה - קוהלת יב, ה), זאגט ער לא תטה משפט אביונך- זאלסט נישט אוועק נייגן פון דיין תאוות, בריבו - ווילאנג די ביסט נאך אין א מצב פון זיך שלאגן מיט'ן יצר הרע. פרישות ארבעט נאר פאר איינער וואס לבו חלל בקרבו אבער איינער וואס האט נאך הרהורים איז מוטב לשבוע עצמו מן ההיתר