בלאט 1 פון 1

די גיהנום מיט אירע היכלות

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:36 am
דורך מורינו הרב
אזוי ווי יעדער איינער ווייסט, איז פאראן א גיהנום וואו דארט איז פאראן עטליכע היכלות, בשעת פאר יעדע סארט עבירה שטראפט מען אנדערש און מען לייגט אריין אין אן אנדערן היכל. אין ספר ראשית חכמה, ווי אויך אין אנדערע ספרים, ווערט ארומגערעדט און ערקלערט איבער דאס גיהנום מיט א ברייטקייט, אויסשמועסנדיג בפרטיות יעדע זאך.

אין די אלטע היים פלעגן די מגידים ארומגיין אין די בתי מדרשים, און מען פלעגט רעדן איבער דאס גהנום, ווי אזוי עס קוקט אויס, אלע היכלות, מען פלעגט דאס אראפלייגן מיט גראפיק קאלירן אז יעדער איינער זאל פארשטיין. די פשוט'ע דארפס אידן פלעגן דערנאך צוגיין צו מגיד, איבערפרעגן און וועלנדיג קלאר מאכן אין וועלכן חדר פון גיהנום מען גייט אויף די אדער יענע עבירה און וואס פונקטליך מען טוט.

היינטיגע טעג פארדעקט מען די סארט זאכן, מען דערציילט עס אונז נישט, מען רעדט נישט פון דעם. אבער אזוי ווי פיל אנדערע דא, בין איך אפן-מיינדעד, און איך האלט אז עס איז נישט ריכטיג צו באהאלטן און באדעקן אונטערן קארפעט. איך וויל דא אויסשמועסן מיטן עולם די אלע היכלות פון גהנום, זאל מען זען און הערן וואס עס טוט זיך אפ אויבן אין הימל און ווי אזוי יעדע היכל קוקט אויס.

ישמע חכם ויוסיף לקח.

ווער עס האט א ידיעה אין די סארט זאכן, זאל זיך ביטע אנרופן.

געגאנגען.