בלאט 1 פון 1

"הנסתרות" "השקיפה"

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 11:46 am
דורך חכם מחוכם
איך שטיי היינט ביים דאווענען, מ’האלט שוין ב"ה ביים לייענען, און דער בעל קורא ליינט מיט א באצויבערדן קול דורך דעם אתם נצבים.... ראשיכם שבטיכם שוטריכם זקניכם....גפרית ומלח, ביים סוף ביי הנסתרות לה’ אלוקיכם, הייבט ער אויף זיין שטימע.

ס’איז מיר סתם אינטערסאנט, פון ווי נעמט זיך דיע מנהג, איז עס סתם וואס עפעס א בעל קורא אינדערהיים האט אמאל איינגעפירט און די טרעדישאן איז אריבער געקומען אהער?, די זעלבע לעצטע וואך ביי השקיפה ממעון קדשך, פון ווי נעמט זיך דאס?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 12:20 pm
דורך על המחיה
'השקיפה' איז פשוט ווייל עס איז א תפלה און אפשר גאר א תביעה אזוי ווי מען זאגט, רבון העולמים עשינו מה שגזרת עלינו, עשה אתה מה שהבטחתנו השקיפה ממעון קדשך מן השמים וברך את עמך את ישראל

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:51 pm
דורך ונבנתה העיר
הנסתרות קומט לכאורה פון דעם וואס די תוכחה ביז אהין וואלט מען געדארפט ליינען שטיל.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 12:55 am
דורך חכם מחוכם
שקועך ונבנתה, און מחיה, פארן זיך וואוסענדיג מאכן, נאדער לייקס, טענק יו