א ישיבה/מסגרת פאר עלטערע בחורים (גבוה)‎

שמועסן, דעבאטעס און עצות איבער חינוך, ערציאונג און עדיוקעישאן
רעאגיר
באניצער אוואטאר
שעפטל
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 3447
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג יולי 17, 2012 1:45 pm
געפינט זיך: אוי, בעסער פרעג נישט
האט שוין געלייקט: 2751 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2863 מאל

א ישיבה/מסגרת פאר עלטערע בחורים (גבוה)‎

שליחה דורך שעפטל »

ליידער איז אנגענומען אין (כמעט) די גאנצע וועלט אז א עלטערע בחור פון בערך 20 און ארויף פארלירט זיין סטאטוס אלס תלמיד הישיבה און ס'ליגט אויף אים א יאך פון -חוץ וואס גענוג אז ער גייט אדורך שווערע צייטן פון שידוכים, זיינע עלטערן זענען דיפרעסט, זיינע חברים מאכן שוין אייגענע שמחות, ער דרייט זיך נאך ארום מיט א הוט ווען צוציקלעך וואס האבן אנגעהויבן לייגן תפילין ווען ער האט שוין געלערנט אין די מתיבתא דרייען זיך שוין ארום מיט שטריימלעך- דארף ער זיך נאך ספראווענען מיט די דאגה פון א ישיבה אויך.

לאמיר אביסעלע צולייגן אויף קליין געלט די צדדים:
איין זייט (וואס איך געב גערעכט) איז, ער האט זיך גע'עלטערט, לאזט ער נאך אביסעלע פון זיין לערנען, פירט ער זיך אביסעלע אנדערש ווי בעפאר, נו שוין, פארן נישט מקיים זיין דעם שמונה עשרה לחופה קומט אים נאכנישט קיין מיתה, מ'דארף אים נאכנישט ווייזן מיטן פינגער אויף לינקס.. און מ'דארף אים אויך אביסל פארשטיין. אדרבה שטעל אים צו אביסל מער אז ער זאל האבן מער חשק צו לערנען און דאווענען. ווילאנג ער איז נישט קיין מזיק.
קענסטו אים נישט הענדלן ווען ער איז נישט ס'בעסטע קענסטו קיין ראש ישיבה נישט זיין!

די אנדערע זייט פון די מטבע, א עלטערע בחור איז א פראבלעם. ער פירט זיך מער בהפקירות, און ער קען נאך אריינברענגן א קאלטקייט אין די יונגערע. נאכמער טענה'ן זיי, אז א גוטע בחור (וואס לאמיר זאגן האט זיך געעלטערט צוליב ער האט א ברודער העכער זיך, צו קומט פון א שווערערע שטוב) האט נישט קיין פראבלעם צו לערנען מיט גאר יונגערס ווי אים, נו, פאר אים איז די ישיבה ווייטער אפן, אויב וויל ער זיך נישט הונדערט און איין פראצענט זיך צושטעלן איז זיין פלאץ נישט דא!
(איי וואס איז יעצט די תירוץ פון די ישיבות וואס מיטשענען זיך ארום און דעס איז שוין אן די עלטערע? אה נאך אלץ די עלסטע כיתה... בקיצור לויט זיי וועט נאך איין טאג זיין א ישיבה פאר נאר איין עידזש...)

די גאס אין פאקט איז שטארק צומישט. א משפחה וואס דער פון אויבן האט זיי געהאלפן אז זיי טוהן שידוכים מיט די קינדער פרי, נישט קיין חילוק אין די קוואליטעיט, פארשטייט פשוט נישט פארוואס ס'דארף זיין א מסגרת פאר עלטערע בחורים. "זאלן זיי גיין ארבייטן" שרייען געוויסע "די ישיבה איז נישט קיין בעביסיטינג פלאץ". איינמאל די משפחה כאפט א פליק און איין קינד איז עפעס משום סיבות שונות אנגעקומען צו די צוואנציג טוישן זיי זיך ע"פ רוב די מיינונג.

ווידער אין די הנהלת הישיבות, על פי רוב זיצן דארט מענטשן מיט אפאר טאלער, וואס העלפט זיי אביסעלע ביי שידוכים ווען זיי זאגן צו גרויס נדן, דעריבער פארשטייען זיי אויך נישט אזוי שטארק די נחיצות הענין.

א אינגערמאן וואס האט חתונה געהאט ביי די אכצן און א האלב זעהט שוין ווייטער נישט אזוי ווייט די וויכטיגקייט דערפון, נאכדערצו אין פאקט א בחור וואס לערנט אין ישיבה זעהט אסאך מער די פעילערס פון א צווייטע בחור, און ס'דרייווט אים נאך אסאך מאל צו טראכטן אז ווען יענער טוהט ווען נישט דעס און דעס וואלט ער אפשר שוין נישט דארט געשימעלט (איי יענער האט עס נישט געטוהן אליינס, און די שותפים זענען יא פרי גליקלעך געווארן?)

אבער די וואס נעבעך עס אדורכגעגאנגן וועלן גיין אים פייער און זיך לאזן קאסטן אלעס אז אזא מסגרת זאל אנהאלטן, וואס דאס ווייסט אויך אביסל ס'וויכיטיגקייט דערפון

אדרבה, זאל דער עולם ארויסלייגן זייערע עקפיריענס פון זייערע ישיבות, און זייערע בחור'ישע יארן, און ווער ס'קען זאל בעסער ארויסברענגן געוויסע פאקטן אינערהאלב די צוויי זייטן.
מיט דעם האט זיך געענדיגט נאך א תגובה'לע פון שעפטל'ן, א "לייק" איז א שטופ אויף פראנויס פאר נאכיינס...

דער אשכול פארמאגט 40 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר