בלאט 1 פון 12
זאצן וועלכע האבן אייך צעשטורעמעט פאר געלעכטער
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 4:54 pm
דורך טאמבל סאס
אמאל באגעגן איך מיר, מיט א קורצן זאץ וואס ממש צעפלאצט מיר פאר געלעכטער, עס קומט עפעס אזוי אומגעראכטן, און איך שיס פאר קייקלעריי, טראכט איך אז אין אזא פאל איז נישט גענוג די לייק, און אפילו לאמיר זאגן די געלעכטער האט נישט געדויערט מער ווי א וויילע דאך איז א שאד נישט מיטצוטיילן דערמיט די אנדערע חברי הקרעטשמע, און אינאיינוועגס שענקן די קרעדיט פארן שרייבער. באמת וועלן רוב מאל אזעלכע זאצן מאכן לאכן נאר אויב מען האט געלייענעט די פריערדיגע הודעות, פונדעסטוועגן כאטש פאר די וואס האבן עס געזען שוין, וועט עס האפענטליך געפעלן צו זען אז נאך אירע האבן ביי דעם פסיקתא אויסגעפלאצט.
ובזה החלי:
עמיצער האט געזאגט אז דער שטערן/שפאקטיוו איז א פאר קינדער, און ס'פאסט נישט פאר טאטעס מיט פאטעיטע בערד זיך צו קימערן דערמיט, האבן דערויף אלע פארפירט, וואס הייסט דאס?? דאן וועלכע אויסגאבע איז יא פאר די אזוי גערופענע-טאטעס מיט פאטעיטע בערד? און פלוצלונג רופט זיך עמיצער אן:
דער בלאט איז פאר פאטעטאס מיט טאטע בערד.
קרעדיט - עסן עסט זיך.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 5:01 pm
דורך outspoken
דער בלאט האט מען געדארפט איבערדריקען ווייל זיי האבו געשריבען אז ''העדה'' האט מען געדארפט איבערדריקען
http://www.bhol.co.il/Article.aspx?id=44504
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 6:29 pm
דורך שמעקעדיג
שקויעך ר' טאמבעלע פאר דעם אשכול.
אויב ס'שייך, וואלט איך אפרישיעטיעד א לינק צו יענעם אשכול, בפרט אויב דארף מען ליינען די פריערדיגע הודעות כדי צו פארשטיין בשל מי יצא האויסשיסן הזאת...
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:20 pm
דורך טאמבל סאס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:47 am
דורך טאמבל סאס
פריינדליך אין "פארשווינדענע ניקס ווי זענט עטס" פארום. האט געשריבן: - "איך דארף דאס וויכטיג וויסען, אויב גיי איך נעלם ווערן פאר א שטיק צייט גייט מיר איינער זיכען?... איך וויל מיר נישט איינהאלטען פון שרייבען פאר צוויי וואכען און דערנאך ניטאמאל טרעפן דא מיין נאמען....."
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 12:22 am
דורך זר זהב
דער וואן ענד אנלי 'אךשמח' שרייבט איבער די שבתונ'ס פון הרב עזריאל טויבער:
"דער שבת איז געווען לעילא מכל ברכתא, און אלעס איז געווען אויפן שענסטן און בעסטן, אנגעהויבן פון די עסן וואס איז צוגעשטעלט מיט א לאווישע ברייטקייט, און אין איינקלאנג מיט ר' עזריאל וואס האלט אז די בעסטע וועג אנצוקומען צום מוח איז דורכן בויך."
אשפגתי!... כ'האף נאר אז ר' עזריאל האט נישט קיין עקסעס צו די שפיטעלער'ס ניוראלאגי אפטיילונגען...
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 1:28 pm
דורך לעמיל
קאווע טרינקער אין צימעס
איך האב אינזינען מיין רבי ביי כרפס. צו פטור ווערן פון די מרור...
נשלח: פרייטאג אפריל 05, 2013 3:13 pm
דורך גנדי
בזמננו נתקטנו הביצים, האבן מיר נישט די balls צו מאכן די טויש
viewtopic.php?p=101641#p101641
נשלח: זונטאג מאי 05, 2013 9:32 am
דורך טאמבל סאס
כהאב פילינג אז אייגעמיירעט איז און די וואסער ביזנעס. קרעדיט - נולד מאחור
viewtopic.php?p=87833#p87833וואס דערויף האט מח שליט מגיב געווען " עס זענען דא אזעלכע וואס זענען מקפיד אויף רחיים של פה"
נשלח: מאנטאג מאי 06, 2013 6:21 pm
דורך שלשלת
"דיין ארטיקל וועגן די לייקס סיסטעם האט מיר געקאסטן אן אשר יצר!" (קרעדיט: מאראנצןזאפט)
נשלח: פרייטאג מאי 17, 2013 11:24 am
דורך טאמבל סאס
כח הפועל בפיפעל - קרעדיט קופערניקוס.
נשלח: פרייטאג מאי 24, 2013 1:52 pm
דורך לעמיל
זר זהב האט געשריבן: אוי קלי קלי קלי למה א זאפט טונא
נשלח: דינסטאג יוני 04, 2013 3:20 pm
דורך ישמעאל הכהן
ר' אביש ספינקער מיט די ארוינים פארטראגן זיך נישט. די ארוינים האבן אים שרעקליך פיינט ווייל ער איז קעגן די ארוינישע סארט דף היומי'ס. ר' אביש האלט מער פון גפ''ת בעיון עטליכע שורות א טאג גוט דורכגעאקערט.
viewtopic.php?f=33&t=3984
נשלח: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:55 am
דורך שמעקעדיג
I beg to differ

נשלח: מאנטאג יולי 22, 2013 11:06 pm
דורך זר זהב
כנעם א פעקל פאפיטעס און כ'זעץ מיר אראפ מיט די לעצטע נומער המספיק גאזעט ווען א אומשולדיג קליינע נאטיץ האט מיר צושטורעמט און אראפגעווארפן אלע ניסלעך. ס'ליינט זיך אזוי: "סטרעס הייבט הארץ אטאקע ריזיקע, אבער נאר ביי מענטשן וואס האלטן אז סטרעס הייבט די ריזיקע." ע"כ
כ'פרוביר אויסצוגעפינען וואס ס'האט פאראורזאכט דעם ספאנטאנעם אויסבראך
איז דא א עקספערט דא?
נשלח: דינסטאג יולי 23, 2013 6:38 am
דורך איך אויך
די פאפיטעס.
נשלח: מיטוואך יולי 24, 2013 2:33 am
דורך יתרו
זר זהב האט געשריבן:כנעם א פעקל פאפיטעס און כ'זעץ מיר אראפ מיט די לעצטע נומער המספיק גאזעט ווען א אומשולדיג קליינע נאטיץ האט מיר צושטורעמט און אראפגעווארפן אלע ניסלעך. ס'ליינט זיך אזוי: "סטרעס הייבט הארץ אטאקע ריזיקע, אבער נאר ביי מענטשן וואס האלטן אז סטרעס הייבט די ריזיקע." ע"כ
כ'פרוביר אויסצוגעפינען וואס ס'האט פאראורזאכט דעם ספאנטאנעם אויסבראך
איז דא א עקספערט דא?
מסתמא האט אייך איינער געקיצעלט בשעת מעשה. ווייל א אנדערע סבה זעה איך נישט.
נשלח: דינסטאג אוגוסט 27, 2013 5:23 pm
דורך שעפטל
[tag]א שוויצער[/tag] געט אויס זיין ווייטאג איבער די גרובעריי אין בית שמש...
א שוויצער האט געשריבן:דער אמת'ר בילד פאר זיך איז נעבעך געניג ביטער אז אזא סארט מענטש מיט א אייפון אין די האנט איז דער משגיח ומפקח אויף קברים
וואס טוט זיך דא זענען מיר אינגאנצען פארפארען?
viewtopic.php?p=145650#p145650
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 6:56 am
דורך יואב
"שנייד די קרעפלעך". (דער וואן ענד אונלי 'געפילטע פיש').
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 7:59 am
דורך געפילטע פיש
שקויעך פאר די קאמפלימענט, אבער ס'נישט אייגענס. גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דא, די וואן אונד אנלי שמעקעדיג!
viewtopic.php?p=84135#p84135
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 8:28 am
דורך יואב
געפילטע פיש האט געשריבן:שקויעך פאר די קאמפלימענט, אבער ס'נישט אייגענס. גיוו קרעדיט ווער קרעדיט איז דא, די וואן אונד אנלי שמעקעדיג!
viewtopic.php?p=84135#p84135
אופס, פארזעהן. כ'בין נאך דאן ניטאמאל געוועזן רעגיסטריט אויף ק"ש. נעקסטיים ברויך מען ארומרינגלען אזא ווארט מיט מקור. אלענפאלס, ס'מיינט נאך נישט אז דו ווערסט אויס 'וואן ענד אונלי'.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 10:22 am
דורך יואב
"שנייד די קרעפלעך". (נו ווער? יא, איר האט גוט צו געטראפן. קיין צווייטער ווי 'שמעקעדיג'. אלץ מיט זיינע אייגנארטיגע סחורה, אזש ס'איז א נחת. ספעציעל ביים טראנסלאטירן ווערטער צו אידיש).
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 03, 2013 11:11 am
דורך רויטע וואנצעס
איינער וואס האלט די הענט אין טאש איז פסול לעדות, ער איז דאך א נוגע בדבר. (געפילטע פיש)
viewtopic.php?f=10&t=3311&start=100