עפארדעבל הכנסת ספר תורה

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
פארשפארט
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

עפארדעבל הכנסת ספר תורה

שליחה דורך משה געציל »

די לעצטע צוויי טעג בין איך געזעצן צוואנציג מינוט אין טראפיק לאקאל, וואס איז? לכבוד דעם רבי׳ן זאל זיין געזונט ביז די הונדרעט איין און צוואנציג, האבן אפאר געטרייע חסידים ערפינדן אז מען קען ״מירם קרנו״ זיין דורכן מאכן א הכנסת ספר תורה, אפשפארן אפאר גאסן, טאנצן עליונים ששו און דאס וויכטיגסטע... ווי מער לעמפלעך, לעלאס, און בליצערס, זאלען אנוועזענד זיין, זיכער צו מאכען אז די זאך קלאפט... (האללא!!! דו פארשטייסט אידיש??? פארוואס שטייסטו דא??? יא יא! טאקע דיר מיין איך!!! פאנג דיך נישט אן מיט מיר!!!)

איז מיר איינגעפאלן א המצאה, מען קען דאך מאכן די זאך אסאך מער עפארדעבל, איינמאל א יאר א׳ סליחות (די פריים טאג פאר הכנסות ס״ת) זאל מען באשטעלן עפעס א כמו ס״ת פאר אפאר טאללער, דינגען דעם טראק, פאקלן, איינמעלדן פאר די אלע בליצער לעלאס און פייפערס אז עס גייט היינט זיין עקשאן, און יאלא... געגאנגן... מען גייט טאנצן תחתונים עלזו אינטערן חופה מיט פארמאכטע אויגן... פארוואס דארף מען אריינמישן די שווערע קאסטן פון א ס״ת אינדערמיט?

וליתר שאת קען מען נאך פארדינגן לעלא סלאטס. ווי מער דער מיסטער לעלא צאלט איין, אלטס א גרעסערע ראלע וועט זיין קאר שפילן אין די מצב. און פאר א עקסטערע צוואנציגער וועט ער זיין בארעכטיגט צו פארקן שיף אין פארנט פונעם ביהמ״ד, אזוי ארום וועט מען נאך קענען דעקן די קאסטן פון די טראק און די סעודה...

סאנדס גאד? איך מיין אז איינער דארף עס נאר אנפאנגען... (פארשטייט זיך אז עס טוט אסאך אויף פאר אידישקייט ווען מען זעט ווי דער רבי׳ זז״ג פרייד זיך אזוי שטארק מיטן כמו ס״ת... שטעלט אייך פאר ווי פרייליך ער וואלט געווען מיטן עכטן...)
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
משה געציל
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
הודעות: 1676
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 27, 2012 2:12 pm
האט שוין געלייקט: 2456 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2705 מאל

שליחה דורך משה געציל »

אינטערן נייע פלאן וועט אפשר אויך זיין א מעגליכקייט צו דינגן מענטשן צו שטיין אויפן פארענטשעס, קינדער מיט ווייסע העמדער, מאמעס מיט קערעדזשיס, אלעס פארשטייט זיך וועט זיין ביליגער ווי א עכטע ספר תורה, מיט א סאך א גרעסערע מצב...
ומי קרי לחינוך השלמה, והא תניא אי זה חינוך היה רגיל לאכול בשתי שעות מאכילין אותו לשלש בשלש מאכילין אותו בארבע? אמר רבא בר עולא תרי חנוכי הוו: (יומא פ"ב ע"א)
באניצער אוואטאר
זר זהב
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 9465
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 06, 2012 4:23 am
האט שוין געלייקט: 3508 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3654 מאל

שליחה דורך זר זהב »

ביים סעודה וועט מען טיילן פאלשע פיש...
איך שרייב וואס איך וויל און וואס איך האלט פאר ריכטיג, וועדער יו "לייק" איט אר נאט
באניצער אוואטאר
שמעקעדיג
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 16679
זיך רעגיסטרירט: דאנערשטאג אפריל 12, 2012 12:11 am
האט שוין געלייקט: 18070 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 18981 מאל

שליחה דורך שמעקעדיג »

משה געציל האט געשריבן:אינטערן נייע פלאן וועט אפשר אויך זיין א מעגליכקייט צו דינגן מענטשן צו שטיין אויפן פארענטשעס, קינדער מיט ווייסע העמדער, מאמעס מיט קערעדזשיס, אלעס פארשטייט זיך וועט זיין ביליגער ווי א עכטע ספר תורה, מיט א סאך א גרעסערע מצב...


אפשר קען מען פארשאפן פאלשע קינדער און פאלשע מאמעס וכו'.
וירח ה' את ריח הניחוח
פארשפארט