בלאט 1 פון 1
איבער די מנהג נישט צו עסן אגוזים פון ר"ה ביז הושע"ר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:17 pm
דורך יידל
אויס מענטש האט געשריבן:די גאנצע טענה'ריי איז איבעריג ווייל תשרי עסט מען נישט קיין ניס, ווייל עס איז בגי' חט"א
איך פרוביר שוין צו מאכן די גימטריא אפאר מינוט און ס'גייט נישט. איינער קען מיר העלפן?
ח = 8
ט = 9
א = 118
א = 1
ג = 3
ו = 6
ז = 717
איבער די מנהג נישט צו עסן אגוזים פון ר"ה ביז הושע"ר
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 8:32 pm
דורך זר זהב
די אלף פון חטא זאגט מען נישט ארויס. עסטע פרעגן אזוי ווי איך האב געפרעגט אז די וא"ו פון אגוז זאגט מען דאך אויך נישט ארויס. איז אבער דער וא"ו מאכט די נקודה פונעם ווארט אגוז (א חולם)
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר געפאסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:20 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:די אלף פון חטא זאגט מען נישט ארויס. עסטע פרעגן אזוי ווי איך האב געפרעגט אז די וא"ו פון אגוז זאגט מען דאך אויך נישט ארויס. איז אבער דער וא"ו מאכט די נקודה פונעם ווארט אגוז (א חולם)
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר געפאסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.
וואס איז די מקור פאר גימטריאות ווי מ'לאזט אויס די אותיות וועלכע מ'זאגט נישט ארויס?
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:25 pm
דורך זר זהב
וואו איז דער מקור פון גימטריאות בכלל?
נאך א טערעץ איז פשוט אגוז מיט'ן כולל איז 18
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:41 pm
דורך זר זהב
ס'דא ערליכע אידן וואס פירן זיך צו זינדיגן חדשי אלול תשרי. חט"א איז בגימטריא ח"י, זיי האפן מיט דעם אויסצובעטן א גוט יאר.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:52 pm
דורך יידל
זר זהב האט געשריבן:וואו איז דער מקור פון גימטריאות בכלל?
נאך א טערעץ איז פשוט אגוז מיט'ן כולל איז 18
די משנה אין אבות זאגט דאך אז גימטריאות זענען "פרפראות לחכמה".
לויט דיין גימטריא טאר מען נישט עסן נאר ניס מיטן שאלאכטס.
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 10, 2012 10:56 pm
דורך זר זהב
אדער מיינט עס אז נאר כולל אינגעלייט טארן נישט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 7:55 am
דורך על המחיה
זר זהב האט געשריבן:די אלף פון חטא זאגט מען נישט ארויס. עסטע פרעגן אזוי ווי איך האב געפרעגט אז די וא"ו פון אגוז זאגט מען דאך אויך נישט ארויס. איז אבער דער וא"ו מאכט די נקודה פונעם ווארט אגוז (א חולם)
איך עס נישט א גאנץ יאר קיין ניס כ'בין אלערגיק צו ניס, א דיין האט מיר געפאסק'ט אז איך מוז עסן ניס דעם לעצטן וואך פון אלול אלס א היכר.
איך האב אמאהל געהערט א פשט, אז איינער איז חוטא פארגעסט ער דאך פונ'ם 'אלופו של עולם' מילא פארשטייט מען פארוואס מען רעכנט נישט די 'א' פון חטא
חוץ מזה איז דא נאך א פשט (נישט די ניק...) פארוואס מען עסט נישט קיין ניס, וויבאלד עס איז מרבה כיחה וניעה און עס שטערט צו דאווענען, לויט דעם זאגט די מג"א (סי' תקפ"ג סק"ד) איז די קפידא נישט דווקא אויף אגוז וואס איז גימטריא חטא נאר אויף אלע מיני ניסלעך
די כף החיים קריגט אויף דעם און זאגט אדרבה, לויט דע טעם אז עס איז מרבה כיחה וניעה דארף יעדער איינער פאר זיך וויסען וועלכע מאכל איז ביי אים מרבה כיחה וניעה, און לאוו דווקא אגוזים, נאר די רמ"א האט אנגעכאפט אגוזים ווייל דאס האט אויך די טעם פון גימטריא און ווייל ביי אסאך מענטשען איז דאס מרבה כיחה וניעה,
לויט דעם כף החיים איז די קלויזענבורגער רב זצ"ל מתיר און א תשובה (מכתבי תורה ח"א דף קע"ד) צי עסען ארבעס ביי א שלום זכר וואס קומט אויס בראש השנה שחל בשבת, ווייל כהיום זעהט מען ביי רוב מענטשען איז ארבעס נישט מרבה כיחה וניעה
אבער עס איז משמע פון די רמ"א בשם די מהרי"ל אז דווקא ראש השנה איז דע חשש פון ריבוי כיחה וניעה, אבער עשי"ת און אוודאי נאך יוכ"פ איז לגבי דעם אזוי ווי א גאנץ יאהר (און אזוי ווערט טאקע געברענגט פונ'ם חתם סופר אז נאר ראש השנה האט ער נישט געגעסען קיין אגוזים),
די אחרונים ברענגען טאקע א ראיה פון די גמרא און שבת קט"ו ע"ב יום כיפורים שחל להיות בחול מפצעין באגוזים ומפרכסין ברימונים מן המנחה ולמעלה מפני עגמת נפש, איז דאך מוכח אז גלייך מוצאי יוהכ"פ מעג מען אוודאי עסען אגוזים
און אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, שטייט און חתם סופר נאך צוויי טעמים פארוואס נישט צו עסען קיין אגוזים ראש השנה, א' ווייל אגוז איז ר"ת
ואף
גם
זאת (בהיותם בארץ אויביהם) און עס איז נישט קיין גיטע סימן דאס צי דערמאנען ר"ה ב' לפי וואס די הייליגע חז"ל שרייבען מפני מה נמשלו ישראל לאגוז וכו' און עס איז מרמז אויף גלות איז נישט כדאי דאס צי דערמאנען
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 9:24 am
דורך שמואל הלוי
מ'זאגט א ווערטל אז מ'טאר נישט פארגעסן די עיקר אז "חטא" אליין איז אויך בגימטריא "חטא".
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:00 am
דורך שמעקעדיג
על המחיה האט געשריבן:און אז מען רעדט שוין פון דעם נושא, שטייט אין חתם סופר נאך צוויי טעמים פארוואס נישט צו עסען קיין אגוזים ראש השנה, א' ווייל אגוז איז ר"ת ואף גם זאת (בהיותם בארץ אויביהם) און עס איז נישט קיין גיטע סימן דאס צי דערמאנען ר"ה; ב' לפי וואס די הייליגע חז"ל שרייבען מפני מה נמשלו ישראל לאגוז וכו' און עס איז מרמז אויף גלות איז נישט כדאי דאס צו דערמאנען
איך פארשטיי נישט קיין איינע פון די 2 טעמים.
ביידע ענינים זענען דאך א טובה פאר אידישע קינדער,
ואף גם זאת בהיותם וכו' איז דאך א הבטחה אז אפילו אין גלות וועט השי"ת נישט פארגעסן פון אונז;
און ווייטער אידן זענען נמשל לאגוז ווייל זיי זענען הארט פונדרויסן וכו' איז דאך אויך א לימוד זכות.
והדבר צריך ביאור יותר.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:35 am
דורך על המחיה
די לשון החתם סופר (און הגהות על השו"ע) איז אזוי: וכיון שרומז על גליות לא מסמנא מלתא לאכול בר"ה
דאס הייסט אז אה"ן עס איז מרומז אויף די צד הטוב פונ'ם גלות, אבער 'גלות' דערמאנט מען נישט און ראש השנה
כנלענ"ד
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 11:48 am
דורך נאך א פשט
שמואל הלוי האט געשריבן:מ'זאגט א ווערטל אז מ'טאר נישט פארגעסן די עיקר אז "חטא" אליין איז אויך בגימטריא "חטא".
שוין גארנישט אזא ווערטל... אבער פיין געזאגט.
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:15 pm
דורך אויס מענטש
בנוגע דער ענין פון גימטריא מיט כולל
איז דא א באקאנטער בני יששכר אז א גימ' מיטן כולל איז די ריכטיגע וועג
און ברענגט א שיינע ראי' ווי די תורה זאגט און פ' ויחי שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים
כראובן ושמעון יהיו לי
זאגט ער מנשה אפרים איז בגי' ראובן שמעון מיטן כולל
ווייל די ריכטיגע וועג פון בגי' איז מיטן כולל עיי"ש בדבריו כי נעמו
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 2:38 pm
דורך שמואל הלוי
אויס מענטש האט געשריבן:בנוגע דער ענין פון גימטריא מיט כולל
איז דא א באקאנטער בני יששכר אז א גימ' מיטן כולל איז די ריכטיגע וועג
און ברענגט א שיינע ראי' ווי די תורה זאגט און פ' ויחי שני בניך הנולדים לך בארץ מצרים
כראובן ושמעון יהיו לי
זאגט ער מנשה אפרים איז בגי' ראובן שמעון מיטן כולל
ווייל די ריכטיגע וועג פון בגי' איז מיטן כולל עיי"ש בדבריו כי נעמו
דער בני יששכר ברענגט עס טאקע אבער ס'איז נישט מדעת עצמו, דעס שטייט שוין אין דעת זקנים מבעלי תוספות.