אנקעטע: פאר וועם גייט איר וועלן, ראמני אדער אבאמא

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
רעאגיר

פאר וועם גייט איר וועלן?

הסקר נגמר בתאריך מיטוואך נאוועמבער 07, 2012 11:39 am

מיט ראמני און פאול רייען
25
52%
באראק אבאמא און דזשאו ביידען
23
48%
 
וויילער בסך הכל: 48

באניצער אוואטאר
יידל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 4922
זיך רעגיסטרירט: מוצ"ש פעברואר 25, 2012 11:44 pm
האט שוין געלייקט: 2755 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 4734 מאל

אנקעטע: פאר וועם גייט איר וועלן, ראמני אדער אבאמא

שליחה דורך יידל »

ישר כוח פאר באריסטא פארן געבן די מעגליכקייט צו מאכן דעם אנקעטע. מ'קען וועלן נאר איין מאל און מ'קען נישט נאכדעם טוישן די אויסוואל. און די תגובות קען מען שרייבן פארוואס און פארווען מ'האט געוועלט וויאזוי מ'האט געוועלט.

פאלגנד א שטיקל ביאגראפיע פון די קאנדידאטן אין איבערבליק אויף די אישוס (מקורות זענען ע"פ רוב וויקיפעדיע, מ'מעג זיך דינגן):

[center]די דעמאקראטישע פארטיי[/center]
[center]בילד[/center]

שטייען פאר ליבעראלע ווירדן:
עקענאמישע אישוס: א העכערע מינימום וועידזש; מער טעקסעס פון די העכערע קלאסן; מער שפענדן פאר סאציאלע פראגראמען ווי פודסטעמפס, מעדיקעיד און וועילפער; זענען פרא אבאמאקעיר; שטיצן דעם געדאנק אזדי רעגירונג זאל געבן געלט צו היטן די ענווייראמענט, אפהיטן פון גלאבאלע ווארעמונג א.ד.ג; שטיצן יוניאנס.
סאציאלע אישוס: טון פעולות צו שטופן די אייניגקייט צווישן אלע מענטשן, אפגעזען פון מין, ראסע, גלויבינג וכו'; "תועבה" רעכט - א מענטש האט רעכט צו לעבן זיין לעבן וויאזוי ער וויל; פארשטערקערן די אפטיילונג צווישן שטאַט (רעגירונג) און קירכע (רעליגיע); רעכטן פאר פרויען איבער זייער גוף (עבארשן, "פרא-טשויס"); שטיצן נישט אזוי שטארק (אדער בכלל נישט) מלחמה (איראק, אפגאניסטאן).
לעגאלע אישוס: זענען אנטקעגן פייניגן טעראריסטן פאר אינפארמאציע; שטיצן שטארק די רעכט פאר פרייוועסי פון א פריוואטער סיטיזען; שטיצן גאן קאנטראל; זענען אנטקעגן טויט שטראף.

קאנדידאט פאר פרעזידענט:
דער יעצטיגער פרעזידענט באראק כוסעין אָבאַמאַ II
בילד

איז אלט 51 יאר. חתונה געהאט מיט מישעל ראבינסאן אין 1991, האט צוויי טעכטער, מאליא און סאשא.
געבוירן געווארן אין 1961 צו זיין ווייסע מאמע און שווארצע טאטע און האווייאי (אחוץ לויט די קאנספיראציע טעאריסטן), ביי די 5 יאר איז ער געפארן וואוינען מיט זיין מאמע און שטיף טאטע אין אינדיאנעזיע ווי ער האט געוויילט ביז די 10. ביי די 10 איז ער געפארן וואוינען אין האנאלולו, האווייאי ביי זיין זיידע און באבע. ביי די 18 יאר אין 1979 האט אבאמא גראדואירט פון היי סקול. אין זיינע הייסקול יארן האט ער באלאנגט צו א גענג פון חברים וואס פלעגן רייכערן דראגס ווי מאריוכאנא און קאקעין. נאך היי סקול איז ער געפארן קיין לאס אנדזשעלעס ווי ער האט שטודירט געזעץ אין אקסידענטעל קאלעדזש. אין 1981 האט ער געטוישט צו קאלאמביע אוניווערזיטעט אין ניו יארק סיטי פון וואו ער האט גראדואירט אין 1983 ביי די 22 יאר מיט א בעטשלאר דעגרי, מעידזשארינג אין פאליטיקעל סייענס מיט א ספעציאליטעט אין אינטערנאציאנאלע באציאונגען. די קומענדיגע צוויי יאר נאכן גראדואירן האט ער געארבעט אין צוויי ניו יארקע ביזנעסער. צוויי יאר נאכן גראדואירן איז ער געהייערט געווארן אלס א קאמיוניטי ארגענייזער דורך א קירכע-באזירטע וואוילטעטיגע גרופע אין שיקאגא. ער האט געארבעט אלס ארגענייזער פון 1985 ביז 1988. ביי די 29 יאר איז ער אריין אין הארוואד געזעץ שולע. ער איז ערוועלט געווארן אלס אן עורך פונעם פרעסטיזשפולען "הארווארד לאו ריוויו" א יאר דערויף, און צוויי יאר דערויף אלס פרעזידענט פונעם זשורנאל. ער האט גראדואירט פון הארווארד אין 1991, און איז נאכדעם צוריק געפארן קיין טשיקאגא. ער האט דאן באקומען א דזשאב אין שיקאגא אוניווערזיטעט געזעץ שולע, און א יאר שפעטער איז ער געווארן א מגי"ש, פארלערנדיג קאנסטאטוציאנאלע געזעץ, און האט אנגעהאלטן דעם דזשאב פאר 12 יאר פון 1992 ביז 2004. אין 1996, איז ער געלאפן פאר און ערפאלגרייך געווינען די פאזיציע פון סטעיט סענעטאר אין אילינואי. ער איז ווידער ערוועלט געווארן אין 1998 און צום דריטן מאל אין 2002. אין 2000 איז ער געלאפן אלס דעמאקראטישער קאנדידאט פאר קאנגרעסמאן אין אילינואי און האט פארלוירן צו זיין רעפובליקאנער קעגנער. אין 2004, זייענדיג אלט 43 יאר, איז ער געלאפן פאר סענעטאר אין אילינואי און האט געוואונען. ער איז געווארן איינגעשוואוירן אלס סענאטאר אין 2005 און אין פעברואר 7 2010 האט אבאמא אנאנסירט אז ער לויפט צו זיין דער דעמאקראטישע קאנדידאט פאר פרעזידענט. נאך א ביטערע פארמעסט מיט הילערי קלינטאן האט ער געוואונען דעם פארמעסט, און איז געלאפן אין די גענעראלע פארמעסט אנטקעגן סענאטאר דזשאן מעקעין, וועלכע ער האט אויך געוואונען, ווערנדיג די ערשטע שווארצע פרעזידענט אין די היסטאריע פון די פאראייניגטע שטאטן ביי די עלטער פון 47 יאר.

קאנדידאט פאר ווייס פרעזידענט:
דער יעצטיגער ווייס פרעזידענט דזשאוסעף ראבינעט "דזשאו" ביידען, דזשוניער
בילד

איז 69 יאר. חתונה געהאט מיט נייעליע האנטער אין 1966. זי איז גע'הרג'ט געווארן אין אן עקסידענט אין 1972. נאכאמאל חתונה געהאט אין 1977 מיט דזשיל דזשעיקאבס. האט פיר קינדער.

[center]די רעפובליקאנע פארטיי[/center]
[center]בילד[/center]

שטיין פאר קאנזערוואטיווע ווירדן:
עקענאמישע אישוס: שטיצן פרייע מארקעט; שטיצן פארמינערונג פון רעגירונג טעק און רעגולאציעס; שטיצן א מינימום פון רעגירונג סאציאלע פראגראמען; זענען אנטי אבאמא-קעיר; ווילן אז די רעגירונג זאל שטופן פאר מארקעט און ביזנעס באזירטע סעלושענס פאר ענווייראמענטעל פראבלעמען; זענען אנטי יוניאנס.
סאציאלע אישוס: זענען אנטקעגן אקטיווע פעולות פאר פרויען און מינאריטעטן, מיטן טענה אז דאס מאכט נאר דיסקרימינאציע ערגער; ווילן אז אמעריקע זאל זיין באזירט אויף רעליעגעזע (הויפזעכטליך קריסטליכע) יסודות; זענען אנטקעגן עבארשן, מער ווייניגער ("פרא-לייף"); ווילן אז מערידזש זאל הייסן בלויז צווישן מאן און ווייב (ד.ה. אנטי "תועבה" געזעצן); שטיצן אמעריקאנע מלחמות (איראק, אפגאניסטאן, און בקרוב מעגליך איראן);
לעגאלע אישוס: זענען פרא טויט שטראף; זענען אנטקעגן גאן קאנטראל; שטיצן פיינוגען כדי ארויסצובאקומען נויטיגע אנטי-טעראר אינפארמאציע; האלטן אז מ'מוז נאכגעבן אויף פרייוועסי פון סיטיזענס במקום ווי ס'דא א חשד טעראר.

קאנדידאט פאר פרעזידענט:
געוועזענער מעסעשוטסעטס גאווערנער וויליארד מיט ראָמני
בילד

איז 65 יאר. געבוירן געווארן מארץ 12, 1947. ער איז געגאנגען צו א פריוואטע הייסקול וואו ער האט זיך געטראפן מיט זיין צוקונפטיגע ווייב, ען. זיין טאטע איז געווען א גאר מאכטפולער גאווערמענט פון מישיגען פון 1963 ביז 1969, און מיט האט געארבעט נאך שולע שטונדען פאר זיין טאטען'ס קאמפיין, טראץ זיין גאר יונגען עלטער. אין 1966 איז מיט געפארן קיין פראנקרייך, וואו ער האט געדינט אלס מיסיאנער פאר זיין מארמאנישע קירכע, פאר צוויי און א האלב יאר. ער האט באקומען זיין בעטשלארס דעגרי אין 1971 פון די מארמאנישע אוניווערזיטעט "בריגהעם יאנג", און אין 1975, ביי די עלטער פון 28 יאר, האט ער באקומען זיין מעסטערס אין ביזנעס אדמיניסטראציע פון הארווארד אוניווערזיטעט. ער איז דערנאך אריין אין די מענעדזשמענט קאנסולטינג אינדוסטרי, און אין 1977 האט ער באקומען א הויך ראנגיקע דזשאב אין בעין ענד קאמפעני, א ביזנעס קאנסולטינג פירמע. ער האט זיך דארט פיין ארויפגעארבעט און אין איז ער געווען גאר סוקסעספול און ביז א יאר האט ער זיך ארויפגעארבעט צום ראנג פון ווייס פרעזידענט פון די קאמפעני. אין 1984 האט ראמני געגרינדעט צוזאמען מיט ביל בעין, גרינדער פון בעין ענד קאמפעני, א ספין-אף מיטן נאמען "בעין קעפיטעל", אן אינוועסטמענט פירמע. די חידוש פון בעין קעפיטעל - א חידוש וועלכע איז פארשריבן געווארן אויף ראמני'ס נאמען - איז געווען אז זיי האבן צוגעשטעלט ביזנעס קאנסולטינג פאר די קאמפעניס אין וועלכע זיי האבן אינוועסטעד. אין 1990 האט בעין ענד קאמפעני גערופן ראמני צוריק צו קומען, ווייל די קאמפעני האט דאן געליטן פון א פינאנציאנאלע קריזיס. אין 1991 איז ראמני אויפגענומען געווארן אלס די סי אי או פונעם קאמפעני, ער האט אבער גענומען אלס וועידזש בלויז איין דאלער, ווייל ער האט דאן סיי ווי געמאכט א מיאנטאק מיט געלט פון בעין קעפיטעל. און א יאר האט ראמני באוויזן ארום צו דרייען די קאמפעני און איר צוריק ארויף פירן אויף די רעלסן. און ביי די ענדע פון 1992, ווען די קאמפעני איז שוין געווען גאר סוקסעספול האט ער אויפגעגעבן זיין אמט און איז צוריק געגאנגען צו בעין קעפיטאל.
אין זיינע פריע יארן איז ראמני געווען רעדזשיסטערד אלס אינדיפענדענט, און האט אפילו געוועלט לכה"פ איינמאל פאר א דעמאקראטישע קאנדידאט. אין 1993 האט ראמני געטוישט זיין פארטי צו רעפובליקען, און ער האט פארלאזט בעין קעפיטעל כדי צו לויפן פאר סענאט אין מעסעושוסעטס. ראמני האט ברייט געוואונען דעם פריימערי פארמעסט, ער האט אבער פארלוירן 41 צו 58 פאר טעד קענענדי וועלכער האט שוין געהאלטן דאן ביים זעקסטן טערמין. עס איז אבער געווען די שמאלסטע געוואונס וואס קענעדי האט נאר אמאל געהאט. נאכן פארלירן איז ראמני צוריקגעגאנגען צו בעין.
אין 1999 האט ראמני צייטווייליג פארלאזט בעין קעפיטעל כדי צו ווערן פרעזידענט אין סי אי או פון די 2002 סאלט לעיק סיטי אלימפיקס שפילן ארגעניזירן קאמיטע, ראמני איז אבער בו בזמן פארבליבן דער סי אי או, פרעזידענט, מענעדזשינג דירעקטאר און איינציגסטער שעירהאלדער פון בעין קעפיטאל. אין אוגוסט 2001 האט ער אנאנסירט אז ער גייט נישט צוריק צו בעין קעפיטעל נאך די אלימפיקס. אין 2002 האט ער איבערגעגעבן זיין פירערשאפט אמט אינעם פירמע פאר אנדערע מענטשן, אונטערן אפמאך אז ער וועט באקומען טיילן פון די רווחים. וויבאלד די ביזנעס איז סוקסעספול עד עצם היום הזה, מאכט ראמני מיליאנען אין ריין רווחים יערליך. בשעת זיינע ביזנעס יארן איז ראמני אויך געווען שטארק אינוואלווד אין זיין מארמאן קירכע, ווי ער האט פון 1981 ביז 1986 געדינט אלס "בישאף" פון זיין לאקאלע אפטיילונג.
אין 2002 האט ראמני אנאנסירט זיין רעפובליקאנער קאנדידאטור פאר גאווערנער אין מעסעשוטסעטס, און איז געלאפן אלס "מאדערעט" און "פראגרעסיווער" קאנדידאט. ער האט געוואונען 50 פראצענט צו בלויז 45 פאר זיין קעגנער. ער איז געווארן איינגעשוואוירן אין 2003 און האט געדינט ביז 2007. במשך זיין גאווערנער אמט האט ער געטוישט זיין מיינונג פון פרא-טשויס (פרא-עבארשן) צו פרא-לייף (אנטי-עבארשן), גיבנדיג נאך א סיבה פאר זיינע פאליטישע קעגנער אים צו רופן "פליפ-פלאפער". א חודש נאכן ענדיגן זיין דזשאב אלס גאווערנער אין 2007 האט ראמני אריינגעטרעטן אין די רעפובליקאנער פריימערי פארמעסט פאר פרעזידענט. כאטשיג ראמני האט געוואונען אפאר סטעיטס, האט ער אבער צום סוף פארלוירן צו סענעטאר דזשאן מעקעין. מעקעין האט אין די דזשענעראל עלעקשאנס פארלוירן צו באראק אבאמא וועלכער האט געוואונען מיט כמעט א לענדסלייד. אין מארץ 2012 האט ראמני ארויסגעגעבן זיין ניו-יארק-טיימס בעסטסעללער בוך "קיין איבערבעט" (No Apology). די איינקונפט האט ער געגעבן פאר צדקה.

קאנדידאט פאר ווייס פרעזידענט:
וויסקאנסין קאנגרעסמאן פאול דעוויס רייען
בילד

איז 42 יאר. חתונה געהאט מיט דזשענא ליטל. האט דריי קינדער.
לא רעב ללחם. לא צמא למים.

דער אשכול פארמאגט 74 תגובות

איר דארפט זיין א רעגיסטרירטער מעמבער און איינגעשריבן צו זען די תגובות.


רעגיסטרירן איינשרייבן
 
רעאגיר