בלאט 1 פון 1
מוזיק סטודיאוס
נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 11, 2012 10:42 pm
דורך חאצקל
גלות איד, שמייכל, קווארטין און אנדערע מוזיק ליבהאבער
וואס האט איר צו זאגן מבינות אויף די מוזיק סטודיאוס וואו עס ווערן רעקארדירט אונזערע סידיס?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:55 am
דורך טעלעפאן
וואס׳ די שאלה?
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:43 am
דורך חאצקל
איך וויל אנוויקלען א שמועס איבער די קוואליטי פון פארשידענע מוזיק סטודיאוס. ווי למשל דער חילוק פון די ניו יארקער סטודיאוס און די איזראעלישע.
ס'הייסט אז די ישראלישע סטודיאוס געבן ארויס א געשמאקערן סאונד ווי די ניו יארקער, למשל "גל קול" סטודיאו שם'ט מיט איר באקוועמער סאונד צוליב די גוטע האלץ מיט וואס ס'איז ארום גענומען, און די מומחים דארט. ווידער טייל ניו יארקער סטודיאו'ס פארמאגן מער א הארטער סאונד וכו'
הכלל איך בין נישט אזוי אויסגעקאכט אין דעם ענין, אבער וויבאלד איך ווייס אז א סטודיאו האט א שטארקער עפעקט אויפן סאונד פון די מוזיק, וויל איך שמועסן איבער דעם און הערן פון די וואס האבן מער אן אנונג אין דעם ענין.
און אז מ'רעדט שוין פון סאונד, וויל איך אנמערקן עפעס וואס איך האב לעצטנס אויפגעפאסט, נעמליך, אז די סאונד פון א "טעיפ" האט א געוויסע געשמאקט וואס די סאונד פון א "סידי" האט נישט. די סאונד פון א טעיפ איז מער דירעקט און מער לייוו (איך שפיר און טאפ מער די מוזיק) וכו' בעת דער סידי איז מער לופטיג (א תוצאה פון דידזשיטל). מעגליך אז ס'האט אויך צוטון מיטן חילוק וויאזוי מ'פלעגט רעקרדירן אמאל (מיט פילם טרעקס) און וויאזוי מ'רעקארדירט היינט (דידזשיטל), ווייל איך ווייס אז ס'זענען דא זינגער'ס וואס נאך היינט גלייכן זיי צו זינגען אין פילם טרעק'ס ווי איידער אין דידזשיטל (צ.ב.ש. יודל וורדיגר) ווייל די קול קומט ארויס שטערקער וכו'
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:55 am
דורך No_name
האלץ גיבט אריין גאר א שיינער סאונד, ווען קארפעט נעמט אריין די סאונד און עס נעמט אוועק די נאטוראלער עקאו וואס ווערט אין עני רום.
ס'ווערט קאמפליקעטעד ווען מ'דארף אנהויבן דאס באלאנסירן, ד.ה. מ'קען נישט האבן צופיל האלץ ווייל די קול וועט זיין שיין אבער ס'וועט איבערבלייבן די גאנצער רום סאונד, און ווידעראום אויב פאקט מען אן דעם רום מיט קארפעט פאום און די אלע סיילענסערס איז די סאונד טויט - וואס איז א גוטע זאך גראדע ווייל אזוי ביסטו בעה"ב נאכדעם צו טוהן דערמיט וואס דו ווילסט, משא"כ אויב איז עס געווארן רעקארדירט מיט א עקאו אדער וואס ס'זאל נאר זיין, איז עס צוגעקלעבט צום אודיאו און קענסט גארנישט טוהן דאס אראפצונעמען.
נאר וואס דען ס'דארף זיין זייער באלאנסירט און דאס איז זייער א שווערע זאך צו טוהן, וועגן דעם וועלן רוב סטודיאו'ס פשוט טויט מאכן דעם רום, וואס איז די ביליגסטע און מערסטע אפעקטיוו.
נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:35 pm
דורך קווארטין
לענ"ד הקטן מאד...סיז דא אזאך וואס א סך סטודיא מענעדזשערס פארשטייען ניקס, דהיינו, ווי מער א זינגער שפירט זיך קומפערטבעל ביים זינגען, אלץ שענער זענען די תוצאות, א זינגער וועט מער פארשטיין וואסיך מיין, ער איז דיפענדענד און זיין האלז, ער איז נישט קיין מעכאנישע קיבארד, משא"כ דער סטודיאו מענעדזשער מעג זיין א געוואלטיקע מבין אויף "סאונד", אבער "היומען וואויס" איז א דיפערענט מסכתא. א זינגער העט ווען געמעגט האבן אביסל נאטורליכע סאונד עפפעקטס, די סטודיאו זאל נישט זיין "קשה כברזל", און דאכטזיך מיר אז די איזראעלי מענעדזשערס ווייסן פון דעם סוד. ומענין לענין, ווי ס'קוקט אויס פארשטייען זיי (די איזראעליס) אויך בעסער צו א סאונד סיסטעם, מירון ועוד יוכיח.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 7:55 pm
דורך No_name
וואס מיינסטו מיט ׳קשה כברזל׳ און מיט נאטורליכע סאונד עפפעקטס, זיי ביטע מסביר אז די קליינע מענטשעלעך זאלן אויך פארשטיין.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:07 pm
דורך חאצקל
קווארטין, דו האסט א ברייטן און טיפן בליק אויף מוזיק
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 10:09 pm
דורך חאצקל
קען איינער אהער ברענגען בילדער פון עטליכע סטודיאוס?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:55 am
דורך קווארטין
No_name האט געשריבן:וואס מיינסטו מיט ׳קשה כברזל׳ און מיט נאטורליכע סאונד עפפעקטס, זיי ביטע מסביר אז די קליינע מענטשעלעך זאלן אויך פארשטיין.
קודם זעע איך אז דו ביזט נישט קליינע מענטשעלע, נאכדעם וואס דו האסט גוט ארויסגעברענגט די פוינט פון האלץ און קארפעט.
כעל פרובירן אין "גאר קורץ" ארויסברענגן די 2 זאכן.
קודם איז גוט צו וויסן אז די קול פון א מענטש גיבט ארויס וועיווס (וואלען), כ'קען מיך אויפן מינוט נישט דערמאנען דעם ענגלישן טערמין אויף די "וועיווס", אבער און אנדערע ווערטער מיינט דאס אז יעדע מענטשן'ס קול גייט ארויס לאור עולם ווען ער רעדט אדער זינגט, סיז א דבר שיש בו ממש. יעצט, צו זינגען לייכט דארף מען בדרך כלל האבן די צוויי זאכן, 1, א גוטע אקוסטיק ווי די שטומע זאל גוט צירקולירן, 2, א גוטע וואנט וואס זאל אביסל איינזאפן דעם קול, נישט בלוקירן וואס דאס לאזט נישט די "וועיווס" געהעריג טרעוועלען, און אויך נישט צוריקשיסן דעם קול וואס דאס גיבט צו סך וועיווס אזוי אז ס'קול קלאפט צוריק, און לכאורה איז איינס געוואנדן צווייטן, גוטע אקוסטיקס קומען ווען די מאטיריאל און די הויעכקייט פון שטוב איז גוט דיזיינד. (מ'דארף מאכן אן עקסטערן שמועס פונעם אפטייטש פון "אקוסטיק"), היצט נחזור לעניננו,
'קשה כברזל' מיין איך צו זאגן אז אין רוב סטודיאוס ווי מ'קומט היינט אריין, איז אזוי געבלאקט, אז פרובירט מען צו זינגען אנעם מייק, שפירט זיך עס ממש ווי א טויטע קול. נאר ווען מ'זינגט אריין ממש אין מייק אריין, דאן גיבט דיר די סאפטוועיר אן עלעקטראנישע "ריווערב" (ווידערקול), און נאר אזוי הערט מען זיך, איז אבער די פראבלעם אז נישט יעדע שטימע פארנעמט די עלאקטראנישע ריווערב, ווידער אנעם מייק איז דאך ממש א טויט קול, קאן מען דאך ממש נישט זינגען.
'נעטוראל סאונד עעפעקטס' איז לכאורה ווען די סטודיאו איז גענוג גרויס, סיז טאקע געבלאקט פון אומנויטיגע ווידער-קולות אבער פארט קען זיך דער זינגער אביסל הערן אנעם מייק, און ווען ער זינגט מיז ער נישט ציקומען צום עלעקטראנישן ריווערב, ווייל ווי געזאגט, גיבט דער שטוב אליין שטיקל עפפעקט (ווידער-קול). מיין השערה ווערט שטערקער ווען איך דאווען פארן עמוד, (דא שפיריך זיך שוין עטוואס היימישער), סי פארהאן גרויסע שיינע שוהלן, און נאכדערצו איז דא האלץ ארום דעם עמוד/ארון קודש און דאן פיל איך ווי די שול "לאזט זיך" אז מיין קול זאל זיך דארט צושפרייטן, סיז אבער דא שוהלן וואס זענען מער אין בעיסמענט, סאו די אלע ווענט איז בעסעקלי קאנקריט, ארומגענומען מיט שיטראק, כ'ווייס פון א ספעציפישע שוהל, וואס האט כמעט אויף יעדע ר"ה א נייע בע"ת, ווייל אז די שוהל האט די הארטע וואנט, דארף זיך ס'קול שלאגן דערמיט, העטעס ווען געווען הויעך וואלט זיך ס'קול אביסל צעשפרייט, העטער ווען געהאט האלץ ארום און ארום העטער זיך ווען עטוואס צירוקגעהערט, און ס'שטומע וואלט געווען אביסל מער בויגזאם, אבער דא פעילט די ביידע זאכן, סאו מוטשען זיך סך בע"ת, און אז מ'מוטשעט זיך, קען מען 'בדרך כלל' נישט דאווענען ווארעם. ע"כ לשוני, והבן כי קצרתי.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 11:55 am
דורך No_name
איך וואלט א טראפקעלע דיסאגריט, איז נישט בעסער אויב די וואקאל קומט אריין טרוקן און דאן קען מען צולייגן און אראפנעמען וואס מ'וויל? ווי איך פארשטיי אויב ס'ווערט רעקארדעד מיט די סאונד עפעקט קען מען נאכדעם גארנישט טוהן דערמיט און ס'זיצט דארטן צוגעטשעפעט מ'קען עס נישט מאכן קלענער אדער גרעסער.
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 5:48 pm
דורך קווארטין
ריכטיג, אבער דא קומען מיר צו צי 'היומען וואויס': בדרך כלל איז פארהאן2 סארטן שטומעס, דהיינו, ס'פארהאן א זינגער למשל וואס זיין קול איז אלץ די זעלבע, צופרי/ביינאכט, א. א. וו., סיז א שטארקע מעלה, אז די קול איז ווי אן אינסטראמענט, ער קען אלץ זינגען, ער איז נישט תלוי במקום ובזמן, ס'האט אבער א חסרון, נעמליך די סארט זינגער קען נישט צופיהל 'עקספענדן' זיין קעלעכעל, וואס סאיז דאס איזעס, דארף דער 'איקאלייזער' צולייגן 'פארב' אדער 'גלאנץ' צו זיין קול.
ווידער איז אבער פארהאן 'דעליקאט' וואויסעס, נישט אלץ איז די קול גרייט, מ'דארף זיך קודם צורישען, אויפוועקן ס'קול, אזא איינער אים שווער צו זינגען אויף געוויסע פלעצער, למשל דארט ווי סיז דא ווייניג ווידערקול, ער איז תלוי במקום ובזמן. לעומת זה האט דער סארט זינגער א שטארקע מעלה, איינמאל ס'קול איז גרייט, און ער איז אויפן ריכטיגן פלאץ, קען ער זיך שפילן מיט זיין קול, מאכן גרעסער אדער קלענער, אין א געוויסן זין קען ער אליינ'ס מאנעווערירן דעם אפקלאנג פון זיין קול.
רוב שיינע זינגערס זענען מער נכלל אינעם צווייטן קאטעגאריע, איך שרייב 'נכלל' ווייל סיפארהאן אזאנע וואס האבן פון ביידע, א פערטעל פון די ערשטע, און 3/4 פון די צווייטע, ארויף אדער אראפ (דעסיז מיין אייגענע חידוש), כמדומה לי האט 'יאסעלע' געהאט היבש פון די צווייטע קאטעגאריע, ער האט זיך געקענט אזוי גוט שפילן מיט זיין קול, ער פלעגט אבער גוט ווארעמען זיין שטומע, און ער האט פארלאנגט א הויכע גרויסע שוהל, כעל האבן צייט, עלעך ברענגן מקורות דערצו.
מצד השני האט ער געהאט היבש א שטארקן קול, איינמאל ס'קול האט אים געדינט, האט ער געקענט ארבייטן שעות נאכאנאנד.
נחזור לעניננו, פאר די ערשטע קאטעגאריע שטימע וואלט איך געזאגט אזוי ווי די זאגסט, קום אריין אין סטודיא, זינג דיר אפ, דיין שטומע קענסטע דאך ניצן סיי ווען סיי וואו, העכסטענס וועט מען דיר שוין צופיצן ס'קול. אבער פארן צווייטן סארט קול איז פונקט פארקערט, אין א "טויטע" סטודיא ווי ס'איז בלויז דידזשיטעל איז אים זייער נישט לייכט צו זינגען ווי פריער ערווענט, און בעסטן פאל, נעמטאס לאנג זיך צוציגעוואוינען, משא"כ אין א סטודיא, מיט אביסל נאטורליכע סאונד עפפעקט איז היבש גרינגער, דערצו קען ער זעלבסט בשעת'ן זינגן מאנעווערירן וויפיל פון דעם עקא ער זאל אינוואלוון ווי פריער דערמאנט, פלאס האטער בשעת'ן זינגען דעם אינדזשעניר וואס העלפט אויך קאנטראלירן דעם עקא, לויט ווי דער זינגער ציהט ארויף אדער אראפ, צוברייטערטזיך, א. א. וו. (מ'רעדטאך נישט פון קיין אוטו ריווערב), פארשטייטזיך אז אומגעווינשענע עפפעקטס ווערן פון איבעראל אויסגעשלאסן.
ווידער דער אוטו ריווערב איז זייער שווער פאר א סך פון "די" סארט שיינע זינגערס, טייל מאכטעס גאר הייזעריג, פארוואס, איז א סוגיא פארזיך, שווער אביסל מסביר צו זיין, נאר כעל פרובירן, די אוטו ריווערב איז 'עלעקטריק' , די שטים בענדער פונעם דעליקאט וואויס איז "אויך" 'עלעקטריק', סיז דאך וואקאל "קארדס", ס'קול זיינע קלינגטאך פונקט אזוי, סאו די קול פארט אריין האלז אין נאו טיים, און ס'ווערט אביוזד. (אימעדזשין, איין קאר פארט אריין אין צווייטן).
סיז פארהאן נאך א זאך וואס דאסיז "אויערן", סי פארהאן זינגערס מיט "רואיגע אויערן" און מיט "אנגעצויגענע אויערן" , די טעאריע האביך נאכנישט געהעריג לאוקעטעד, אבער כאבעס געהערט דא אין דארט, מיט יארן צוריק האביך געזען א "וואויס לעסאנס סייט" רילעטן די זינגען מיט די שמועה, איך האב נישט פארשטאנען פונקטליך וואס דארט שטייט. דעיס ווייסן מיר אז די אויער מיט די האלז זענען מחובר (א דר. טשעקט אפט די האלז דורך די אויער) און אז די אויער איז רואיג איז די האלז אויך רואיג, דא קומער צו, זייער א סך אויערן (איך מיין די "אינער" אויערן) זענען עמפינדליך צו העד פאונס, מוז מען אוועקריקען איין העד פאון, איז אבער דער רום טויט.
בקיצור, זינגען אין א סטודיא איז נישט אזוי לייכט פאר א סך זינגערס. דרך אגב, כאב געוואטשט 'עורה' ווי זינגערס מאכן א קאנטעסט אין סטודיא, און איינס ביי איינס רייסן זיך איבער. שפעטער זאגט מען, ווערן רוב זינגערס צוגעוואוינט.
פאר חזנים האב איך געהערט פון א סאונד פראפעשענאל, אז אמאל האבן די סטודיאס געהאט עטליכע שטובער, אדער עטליכע וועגן וויזוי זיי האבן דיזיינד די שטוב אז די 'עפפעקט' זאל 'סוטן' דעם חזנ'ס וואויס, און דעסיז לכאורה די בעסטע, ווייל אויב פאר איינעם איז גוט א 'האלץ' עפעקט, איז גוט פאר א צווייטן אן אנדער מאטיריעל.
כאב געזען א בילד ווי חזן גרשון סיראטא הי"ד זינגט און א ספעציעלער סטודיא מיט א הויכן דאך, מיט גאנצע קלאפער געצייג.
כאב געהערט אז די 'אפערא' זינגערס זינגען אין ספעציעלע סטודיאס מיט נעטראל עפפעקטס.
סיז פארצווייגט און אינטערעסאנט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:33 pm
דורך No_name
פשי... מ'האמער דא לייבן אין מוזיק, זייער פיין געזאגט...
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 6:38 pm
דורך חאצקל
קווארטין, וואס דו ווארפסט אלס צאם...