בלאט 1 פון 1
כ''ה באלול יום בריאת העולם
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:49 pm
דורך outspoken
היינט כ''ה לחודש אלול איז די יום בריאת העולם, פארוואס היינט איז נישט ראש השנה, נאר אין 6 טעג ארום ווען דער (קליינער) מענטש איז באשאפען געווארען, איז צו ווייזען אז דער עיקר פון די גרויסע וועלט, בערג, וועלדער, ימים, און אלעס וואס ס'דא דערין איז נאר א טפל צום מענטש.
פון דא איז א שטיקל ראי' צו די ליובאוויטש'ער מנהג צו מאכען א BIRTHDAY PARTY.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 1:59 pm
דורך שמואל הלוי
אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:06 pm
דורך פארשטאנד
די קשיא איז אסאך שטערקער, וויאזוי איז שייך בכלל צו זאגן אזויפיל אדער אזויפיל טעג פאר בריאת העולם ווען 'זמן' בעצם איז א בריאה באשאפן געווארן ביי די בריאה?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:09 pm
דורך outspoken
די רבוש''ע האט אזוי אויסגעשטעלט די מזלות אז ר''ה זאל אויסקומען אנהויב חודש (ס'איז דא אסאך טעמים דערויף) פארדעם רעכענט מען צוריק 6 טעג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:11 pm
דורך outspoken
פארשטאנד האט געשריבן:די קשיא איז אסאך שטערקער, וויאזוי איז שייך בכלל צו זאגן אזויפיל אדער אזויפיל טעג פאר בריאת העולם ווען 'זמן' בעצם איז א בריאה באשאפן געווארן ביי די בריאה?
נישט פאר ''בריאת העולם'' נאר פאר ''בריאת האדם''.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 2:17 pm
דורך שמואל הלוי
שמואל הלוי האט געשריבן:אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?
אז קיינער ווייסט נישט וועל איך זאגן. אין מדרש רבה (פ' בראשית) שטייט אז די חשבון פון כ"ה אלול איז לויטן חשבון פון די תתקע"ד דורות וואס זענען געווען פאר בריאת העולם.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:17 pm
דורך צדיקל
בריאת העולם במחשבה כמבואר בתוספות (ר"ה דף כ"ז.) בתשרי עלה במחשבה להבראות ולא נברא עד ניסן
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 3:47 pm
דורך נאך א פשט
שמואל הלוי האט געשריבן:שמואל הלוי האט געשריבן:אגב; וואס איז פשט פון דעם אז כ"ה אלול איז באשאפן געווארן די וועלט? ווי איז שייך צו זיין 25 טאג אין אלול ווען ס'איז נישט געווען פארדעם קיין 24 און קיין 23?
אז קיינער ווייסט נישט וועל איך זאגן. אין מדרש רבה (פ' בראשית) שטייט אז די חשבון פון כ"ה אלול איז לויטן חשבון פון די תתקע"ד דורות וואס זענען געווען פאר בריאת העולם.
וואס איז דער חשבון? און די קשיא אז זמן איז א בריאה איז שווער אויף דעם אויך.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 4:08 pm
דורך יידל
אויב באשלוס איך אז היינט איז ר"ח תשרי, איז אויטאמאטיש נעכטן כ"ט אלול. די זעלבע מיט בריאת העולם. דער אויבערשטער האט באשטימט ר"ה הערשט אין די זעקסטע טאג פון די בריאה און אויטאמאטיש איז די ערשטע טאג געפאלן אין כ"ה אלול.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:43 pm
דורך שמעקעדיג
יידל, ווי שטענדיג האסטו דעם קאפ אויפן פלאץ!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2012 6:56 pm
דורך שמואל הלוי
נו ס'איז דאך א דבר ידוע אז די "יידעלעך" האבן שטענדיג דעם קאפ אויפן פלאץ