בלאט 1 פון 1

קענען די מנהלים דערגיין ווער א ניק איז?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:15 am
דורך נולד מאוחר
איך ווינדער מיך אויב איז דא א וועג ווי די מנהלים קענען דערגיין ווער די שרייבער דא אין שטיבעל זענען.
אויב יא ווי שווער איז דאס פאר זיי ?
איך בין נישט באקאנט מיט איי פי אדרעסעס, אבער אויב זעען זיי מיין איי פי אדרעס קענען מען ןויסען ןועלכע געגענט מיין קוימפיטער איז?
וועלכע טאיערס איך ניץ פאר אינטערנעט?
איך גלייב אז נישט . נאר מיט דו אלע היינטיגע טכנכלאגיא וואס קען מען דען וויסען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:18 am
דורך געפילטע פיש
פון א איי פי קען מען נישט וויסט ווער דאס איז אן א קאורט ארדער צום ISP.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:21 am
דורך באריסטא
דער הויפט אדמיניסטראטאר קען זען איי-פי אדרעסן, אבער מנהלים און אחראים קענען נישט.
מיט אן איי-פי אדרעס קען מען וויסן ווער דער אינטערנעט פראוויידער איז, און אין וועלכן לאנד (נישט שטאט) דער איי-פי אדרעס געפינט זיך.

עס איז האפנטליך איבעריג ארויסצוברענגען אז דער הויפט אדמיניסטראטאר באשעפטיגט זיך נישט מיט קוקן איי-פי אדרעסן, און היטן אויף יעדנ׳ס אנאנימיטעט איז אונזער גרעסטער פריאריטעט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:27 am
דורך טראכט
אז מען רעד שוין, קענען די מנהלים ליינען די פריוואטע הודעות קעסטל? ווי אויך קענען די מנהלים זען מיין פעסווארד?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:29 am
דורך באריסטא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:38 am
דורך נולד מאוחר
הויפט אדמיניסטראטאר פון קאווע שטיבעל אדער פוןppbb.?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 12:44 am
דורך באריסטא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:10 am
דורך ברוין
איז ער דען נישט קיין מנהל?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:27 am
דורך ידען
ברוין האט געשריבן:איז ער דען נישט קיין מנהל?

למאי נפק״מ?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:23 pm
דורך ברוין
באריסטאו שרייבט אז די אדמין יא און די מנהלים נישט האב איך געפרעגט צו דאס איז נישט איינס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:33 pm
דורך שיטה מקובצת
א מחיה צו הערן נארמאלע ענטפערס. איך האב אמאל געפרעגט ערגעץ אנדערש צו מ'קען זעהן מיין IP אדרעס, און אנשטאטס ענטפערן האט מען פשוט אויסגעמעקט מיין תגובה!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:46 pm
דורך נאך א פשט
שיטה מקובצת האט געשריבן:א מחיה צו הערן נארמאלע ענטפערס. איך האב אמאל געפרעגט ערגעץ אנדערש צו מ'קען זעהן מיין IP אדרעס, און אנשטאטס ענטפערן האט מען פשוט אויסגעמעקט מיין תגובה!!


טאקע פארדעם זענען מיר אלע דא און נישט דארט :P

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 4:02 pm
דורך נאך א פשט
נולד מאוחר האט געשריבן:איך ווינדער מיך אויב איז דא א וועג ווי די מנהלים קענען דערגיין ווער די שרייבער דא אין שטיבעל זענען.
אויב יא ווי שווער איז דאס פאר זיי ?
איך בין נישט באקאנט מיט איי פי אדרעסעס, אבער אויב זעען זיי מיין איי פי אדרעס קענען מען ןויסען ןועלכע געגענט מיין קוימפיטער איז?
וועלכע טאיערס איך ניץ פאר אינטערנעט?
איך גלייב אז נישט . נאר מיט דו אלע היינטיגע טכנכלאגיא וואס קען מען דען וויסען.


נישט דא וואס זיך צו זארגן, אבער אויב האסטו מורא קענסטו ניצען א PROXY.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:25 pm
דורך ידען
וואס איז דאס proxy?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:28 pm
דורך יידל
ידען האט געשריבן:וואס איז דאס proxy?

viewtopic.php?p=32259#p32259