וואס העלפט אנקעטעס, אויב קען איינער האבן עטליכע ניק'ס?
נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:22 am
ס'באדערט מיר שוין לאנג דער קשיא. און באמת וואלט עס געדארפט געהערן אין "זאכן וואס איך וויל וויסן" אבער היות איך וויל ס'זאל ציען יעדעמ'ס אויפמערקזאמקייט, האב איך געעפנט א באזונדער אשכול דערפאר.
יידל נעבעך פלאגט זיך אן מיטן שרייבן א דעטאלירטע באריכט איבער די צוויי קאנדידאטן און זייער בערך'דיגע פארגאנגענהייט כראנאלאגיש אויסגעשטעלט, און לויט ווי ס'האט אויסגעזען ביז היינט האבן די ווינטן טאקע געבלאזן בעסער צו מיט ראמני'ס ריכטונג, ווען אבאמא'ס אנהענגער האבן געהאלטן נידריגע ציפערן, ווען פלוצלונג האט זיך עס ווילד ארויפגערוקט נאר מיט איין שטימע אפגערוקט פון ראמני, וואו איז מעגליך? קען דען זיין אז די אבאמא שטיצער האבן זיך אזוי לאנג שטיל געהאלטן און סאדענלי ארויסגעשפרענגען פון די גאטשעס אפצוגעבן זייער שטימע? אדער זענען די אויסגעשפילטע אבאמא סימפאטיקער געגאנען און ארויסגעצויגן זייערע פארשטויבטע מיליאן ניקים פון הינטער די בעטן, כדי צו פעלטשעווען די וואלן און אנשטעלן א שפיל ווי כאילו אבאמא שטייט נאך אלץ בתפארתו. שעם אן יו אלל.. וואו איז יושר?