בלאט 1 פון 1

ג-י-וו-א-ל-ד ווי לויפט מען נאך גזירת מציצה בפה?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:05 pm
דורך [NAMELESS]
אין לישקעס בדאץ האיידע האכאריידיס (אין העברעאישער אויסלייג לשכת בדץ העדה החרדית) איז מען זייער נבוך. שוין זינט מען האט אנגעהויבן רעדן איבער גיוס בני הישיבות האבן די חכמי האיידע מחליט געווען אז מען מוז מופן. די החלטה איז געווען אז אין די מינוט מען נעמט אפאר ראציגע אומבא'חן'טע באמעס וואס זיצן אויף די ברזלים און שרייען נאך יעדע נקבה וואס וואקט דורך, אין מיליטער אריין, ברענגט מען גרויסע פליגערס, און הופס, מען מופט מיט די ביסל בשמים ביקסלעך, אונטער-וועש, קול קורא'ס, קמיעות, טשעינדזש פון די לעצטע פאר קינדער חתונה-מאכן-קאמפיינס, שמירת עיניים ברילן, און שמות בעגס, און יהופס, מען פארט אוועק. מיט די רשעים וואס נעמען אוועק אונזערע קינדער קענען מיר נישט לעבן!
אבער וואוהין?
קאנאדא? פוי, מען מוז לערנען דארטן זעקס שעה א טאג לימודי חול! ראב שוע לעיב האט געמאכט א כעירעם, און יראשלאייעמער אידן האלטן דאס שוין מיט מסירות נפש אזויפיל יארן!
אייראפע? איז אזוי, אנטווערפן איז נישט בלויז א ציוניסטישע שטאט, נאר מען לערנט דארטן לימודי חול אין גרויסן!
פאריז? אוי, די פאריזער מאדעס? ניטא גענוג שפייאכץ אין מויל צו שפייען אויף די אלע מוידן!
לאנדאן? אלימפיקס? לימודי חול? און מען דארף דאך פארן ערגעץ שנארן, דארף מען דאך פארן קיין לאנדאן.
נו, אוודאי, געוויס, וויליאמסבורג. אה, מען שרייבט שאבעס, מען ספרעיט אויף די ווענט יהודי לא ציוני, און אין די בית כסא שטייט אנגעפירקלט שטיינמאן פוי און נישט ליינען קיין מאגאזינען עס פארברענט די נשמה.
אבער ג-גי-וו-וואל-דד!
מעטציצע בעפע?
עס אף נאו רעדט מען ערנסט איבער טעהראן.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:24 pm
דורך קאווע טרינקער
זיי זענען WELCOME אין קרית יואל.

בד"וו, לאמיר זעהן וועלכע מוסד וועט זיי דער נחשון בן סוסי, און וועט צולייגען נאך א תקנה אויף די "אפליקאציע".

56) האט אייער קינד (אינגעל און מיידעל) געהאט מציצה בפה?
57) ווער איז געווען דער מוהל?
58) זיין טעלעפאון ביטע?
59) ביטע שרייבט טעלעפאן נומערן (נישט סמארט-פאון) פון צוויי עדות וואס זענען געווען ביים ברית

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 3:35 pm
דורך שעפטל
קופערניקוס האט געשריבן:נו, אוודאי, געוויס, וויליאמסבורג. אה, מען שרייבט שאבעס, מען ספרעיט אויף די ווענט יהודי לא ציוני, און אין די בית כסא שטייט אנגעפירקלט שטיינמאן פוי און נישט ליינען קיין מאגאזינען עס פארברענט די נשמה.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:36 pm
דורך געפילטע פיש
קאווע טרינקער האט געשריבן:56) האט אייער קינד (מיידעל) געהאט מציצה בפה?

אריין אין פרגוד...

שעפטל האט געשריבן:
קופערניקוס האט געשריבן:נו, אוודאי, געוויס, וויליאמסבורג. אה, מען שרייבט שאבעס, מען ספרעיט אויף די ווענט יהודי לא ציוני, און אין די בית כסא שטייט אנגעפירקלט שטיינמאן פוי און נישט ליינען קיין מאגאזינען עס פארברענט די נשמה.

האטס רחמנות.jpg
האטס רחמנות.jpg (25.82 KiB) געזען געווארן 1141 מאל


דער משוגענער איז נאך אלס אקטיוו? כ'האב שוין לאנג נישט געזען די פירקלערייען.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 11:47 pm
דורך אךשמח
דער בית הכסא שרייבער האט מיר אמאל דערציילט אז א דיין אין הייליגן ווילי האט אים מחזק געווען אין די הייליגע ארבעט.

איך קען יענעם דיין זייער גוט, און איך וועל אים איבערפרעגן וועלכע היתר עס איז צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן אויף ציבור'ישע ווענט.

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 5:42 pm
דורך עסקן בדברים
אךשמח האט געשריבן:דער בית הכסא שרייבער האט מיר אמאל דערציילט אז א דיין אין הייליגן ווילי האט אים מחזק געווען אין די הייליגע ארבעט.

איך קען יענעם דיין זייער גוט, און איך וועל אים איבערפרעגן וועלכע היתר עס איז צו שרייבן אזעלכע נארישקייטן אויף ציבור'ישע ווענט.


נא, האסט שוין געפרעגט?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 16, 2013 10:39 pm
דורך נהורא נפישא
כ'האף נאר אז דער אומציווילעזירטער בית הכסא שרייבער האט דאס נישט געשריבן מיט זיין אייגן צואה