בלאט 1 פון 4

ווינטשען: א גוט געבענטשט יאר !

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 7:20 pm
דורך פראפעסאר שפירא
ווילעך ווינטשען א גוט יאר פאר אלע מיינע פריינט אין קאווע שטיבעל, זאל דער באשעפער העלפען אז יעדער זאל פארשריבען ווערען צי:
א יאר פין שפע
א יאר פין געזונט
א יאר פין תשובה שלימה
אין ימלא ה' כל משאלות לבכם לטובה ולברכה,
אין מען זאל שוין זוכה זיין צי אויפגעראכטען ווערען מיט די גאנצע ישועה די גאולה שלימה בב"א,

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 13, 2012 10:16 pm
דורך אויס מענטש
א גוט געבענטשט יאר פאר אונז אלע
מיר זאלן האבן א יאר פון:
ק לוגשאפט
אויפריכטיגקייט
וואכזאמקייט
ווארעמקייט
עשירות

שלוה
טובה
ישועות
בריאות
לנו ולכל ישראל
ווי עס וואונטש ידידכם
אויס מענטש

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 1:41 pm
דורך טאמבל סאס
א כתיבה וחתימה טובה פאר אלע לייעענערס, א גוט געבענטשט יאר.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:01 pm
דורך לעמיל
א כתיבה וחתימה טובה איך גלייב נישט אז איך וועל זיין ערב יום טוב ביי א קאמפיאטער איז האטס מיר אלע א געזונט לעכטיג יאר א יאר מיט שפע ברכה והצלחה געזנונט פרנסה נחת יעדער זאל געהאלפען ווערען מיט וואס ער דארף
און דעי צייט בעיט איך איבער אויב איך האב איינעם מצער געוועין ותענו ותאומר סלחתי
א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר
ידידכם לעמיל
פה קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:05 pm
דורך זר זהב
א כתיבה וחתימה טובה איך גלייב נישט אז איך וועל זיין ערב יום טוב ביי א קאמפיאטער איז האטס מיר אלע א געזונט לעכטיג יאר א יאר מיט שפע ברכה והצלחה געזנונט פרנסה נחת יעדער זאל געהאלפען ווערען מיט וואס ער דארף
און דעי צייט בעיט איך איבער אויב איך האב איינעם מצער געוועין ותענו ותאמר סלחתי
א גוט יום טוב און א גוט געבענטשט יאר
ידידכם זר זהב
פה קאווע שטיבל

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:17 pm
דורך לעמיל
זר עס איז פאר ראש השנה וועל איך דיך מוחל זיין איך וועל מיך שוין פארעכענען מיט דיר נעקסטע יאר

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:35 pm
דורך שמעקעדיג
מוחל און נאכדעם זיך פאררעכענען?
דאס איז שוין לא תקום ולא תטור צוזאמען.......

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:19 pm
דורך יידל
א פרייליך לעכטיג זיסע יאר. תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:47 pm
דורך שמואל הלוי
א גוט געבענטשט זיס יאר פאר אייך אלע

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 6:04 pm
דורך גוטזאגער
ביז נעקסטע יאר וועל איך מן הסתם אויך נישט זיין ביים קאמפיוטער מילא וועל איך וואונטשען תשע"ג זאל זיין אלע ברכות א גוטע,געבענטשטע,געלונגענע,געוואלדיגע,געהאלפענע,גרינגע,גאלדענע,געהויבענע,געזונטע,יארע

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:00 pm
דורך משה געציל
א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך!
היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה...
די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:38 pm
דורך טראכט
א כתיבה וחתימה טובה און א גיט געבענטשט יאר טייערע חבירים, תכלה שנה וקללותיה, תחל שנה וברכותיה, לשנה הבא בירושלים!
ווי עס וואונשט ידידכם טראכט.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 9:51 pm
דורך אויס מענטש
משה געציל האט געשריבן:א גוט געבענטשט, זיס, לעכטיג, פרייליך, געשמאקע, יאר ברידערלך!
היפטור מחבירו אל יפטור אלא מתוך דבר הלכה. היות איך וועל די קומענדיגע שטיקל צייט ווי עס קוקט אויס נישט האבן צו פיל צייט זיך צו דרייען דא, וויל איך נאר איבער געבן א קורצע פסק דין וואס איך האב נארוואס געהערט פונעם דיין שליט״א ביי של״ס; איינער וואס האט משום איזה סיבה נישט קיין ראש הכבש אדער ראש הדג ר״ה ביינאכט, קען ער אויך יוצא זיין די מצוה מיט א ראש הכולל אדער א ראש ישיבה...
די עיקר אידן געדענקט זייטס פרייליך! תן חיוך! ״וגילו ברעדה״ דער ״וגילו״ איז פאר דעם ״ברעדה״, זעט אויס אז דאס שמייכל דארף פארנעמען דעם אויבן אן פאר דעם אנגעצויגנקייט.

הא הא
האסט מיר דערמאנט א גוטס
ביים שיעור פון הרה"ג ר' אפרים שמעון לייכטאג בנוגע די ראש דג אדער ראש כבש,
האט ר' ליפא שטויבער אריינגעפערעגט
צי מען קען יוצא זיין מיט א
קאפ קעיק...

זיי מיר געזונט ר' משה געציל
איך וואלט געקענט ביישטיין צו לערנען אביסל נטעי ההרים אויף כרפות שלאגן, סוכות בויען וכו'

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:32 pm
דורך שמעקעדיג
ווינטש איך אויך פון די טיפקייט פון מיין הארץ, א זיס לעכטיג יאר, ברוחניות ובגשמיות, פאר אלע אונזערע טייערע חברים דא, און גאנץ כלל ישראל, פרנסה בריוח, נחת דקדושה, מיטן ריכטיגן דעת און אמונה שלימה, הרחבת הדעת, און מיט אהבה ואחוה ושלום ורעות, מיר זאלן אינאיינעם מקבל זיין פני משיח צדקינו, אמן.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:33 pm
דורך זר זהב
ומלכינו בראשינו

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:42 pm
דורך געפילטע פיש
א זיך לעכטיג יאר אויפ אלעמען, און איר זאלט האבן געפועלט אלעס גוטס.
Tomorrow is another year

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:44 pm
דורך זר זהב
....You mean over tomorrow

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:47 pm
דורך געפילטע פיש
יום הולך אחר הלילה.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:04 am
דורך זר זהב
ראמני וואונטשט א גוטן יאר. -- אנדערש ווי אבאמא וועלכער האט בלויז געווינטשן א גוט יאר, האט ראמני זיך צעלאזט מיט ציונות און 'כוחי ועוצם ידי' רייד. איך האב געדארפט אויפהערן אויסהערן אינדערמיט.

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KTixe7aFnEo[/youtube]

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:56 pm
דורך ציבעלע-קיגל
תכלה שנה וקל'........
תחל שנה וברכותיה

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 4:55 pm
דורך לעיקוואד
א כתיבה וחתימה טובה און גוט געבענטשט יאר אלע שרייבערס ליינערס און קאווע טרינקערס.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:15 pm
דורך נולד מאוחר
Happy new year to everyone.סארי מייו אידיש ארבעט נישט יעצט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 5:34 pm
דורך פויער
א זיס לעכטיג יאר פאר אלע חברים און שונאים (אונז בעט מיר זיך היינט איבער) און פאר גאנץ כלל ישראל!
השם יתברך זאל צוהערן צו אונזערע נעבעך'דיגע תפלות און דערהייבן זיין יודישן פאלק מיט אלע ישועות און רפואות וואס יודן דארפן!
בברכת שנה טובה ומתוקה ושנת גאולה וישועה!

- פויער