בלאט 1 פון 2

מוזיק ארעינדזשערס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:30 am
דורך חאצקל
איך וויל זיך דא אריין לאזן אין א שמועס איבער אונזערע מוזיק ארעינדזשערס בכלליות. ס'שוין דא אן אשכול איבער די צוויי עלסטע אקטיווע ארעינדזשערס, מונה און ישראל לאם, כ'וואלט אפשר אויך געדארפט עפענען א באזונדער אשכול איבער משה לאופר וואס איז נישט ווייניגער פאפולער ווי די פריער דערמאנטע ( און אפשר אויך רובי באנעט), ועוד חזון למעוד, מ'דארף דאך אבער אויך רעדן איבער אנדערע ארעינדזשערס, און ווי אויך וויל מען שטענדיג פארמעסטן איינער כלפי דעם אנדערן ארעינדזשער, וויל איך דעריבער זיך אריין לאזן אין א שמועס איבער פארשידנארטיגע ארעינדזשערס, שאצן זייגערע מעלות און פארמעסטן איינס קעגן אנדערן וכו'

לאמיר דערמאנען עטליכע "אקטיווע" ארעינדזשער וועלעכע ליגן מיר אין זכרון, מער פאפולערע און אקטיווע און ווייניגער פאפולערע און אקטיווע כאחד, מיר וועלן שוין אין אן אנדער געלעגנהייט מאכן ארדענוג איבער זייערע ראנגען וכדו' (אזעלעכע ארעינדזשערס ווי נפתלי שניצלער, רולי אזרחי און לשינסקי ודומיהן לייגט איך נישט אריין אין די ליסטע, ווייל זיי מאכן (דערווייל) בעיקר אנדערע סארט מוזיק (לעקטעראניש וכו'):

משה לאופר (ישראל)
רובי באנעט (ישראל)
שוע פריד (ישראל)
יוחי בריסקמאן (ניו יארק)
יענקי בריסקמאן (ניו יארק)
מענדי הערשקאוויטש (פרייליך, ניו יארק)
הערשי גינזבערג (לונדון)
חיים מנחם הרטמן פון לחיים (לונדון)
סוקי בערי (ישראל)
יובל סטופל (ישראל)
דוד פריד (ישראל)
לייב יעקב ריגלער (ישראל)
יואלי דיקמאן (ישראל)
דניאל פרייבערג (?... ארעינדזשט "לעט מיי פיפל גאו פון מבד און ענוים פון יוסי גרין)
ג'ף הורוויץ (ישראל)
דודי קאליש (ישראל)

איך קען זיך איצטער נישט דערמאנען נאך, דערווייל לאמיר הערן וואס מיינע פריינד האבן צו זאגן

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:58 am
דורך חאצקל
נו, איך ווארט צו הערן פון אייך איבער דעם נושא!!!!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:49 pm
דורך גלות יוד
דוד פריד האט א שיינע טעיסט ער ניצט זייער שיין אינסטרומענטס (מתיקות 1 און 4) אבער נאך אפאר מאל האב איך נישט וואס צי הערן אגב איז ער א תלמוד פון מונה

דודי קאליש האט זיך גיט אויסגעלערנט מוזיק אבער ער האט נישט קיין טראפ געפיל ער דארף רחמים ווען ער אררענזשד אז עס זאל ארויסקומען א נארמאל שטיקל ער מאכט אלעס וואס ער האט געלערנט אויף יעדע ניגון ממש געפערליך איך מיין ער איז די ערגסטע וואס איז נאר געווען

ג'ף הורביץ די טעיפ ויזכו פון בעלז א הערליכע טעיפ אבער איין מין סטייל ער ניצט צי סאך פלוטס אבער פאר איין טעיפ איז עס הערליך למשל די אינטרו פון כי על רחמיך איז הערליך אבער די קארדס און די אינסטרומענטס איז אביסל א מבול דארט

מענדי הערשקאוויטש אין מיי אפיניען האט זיך נישט געהעריג אריינגעלייגט אין אררענדזשן ער טיט עס ווי א בענד ביי א חתונה אבער דער מענטש איז א גאון אדיר ער מאכט מוראדיג"ע קארדס ער האט א געוויסע סימפליסיטי וואס איז געוואלדיג (עיין מונה)

רובי בנט לאז איך פאר אנדערע

יובל סטופל אויך א תלמוד פון מונה גייט זייער אין זיין שניט ער האט עפעס א נדבורנה טעיפ זייער שיין איך געדענק נישט מער דיטעילס

יוחי יענקי יפה כח הבן אבער דעטס איט נאטינג טו בי עקסייטעד

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:09 am
דורך חאצקל
דוד פריד און יובל סטופל זענען תלמידים פון מונה???

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 1:14 am
דורך חאצקל
ווער ס'וויל הערן א גיט אייגנארטיג שטיקל ארעינדזשמענט פון רובי באנעט איז מכובד צו הערן דעם אשת חיל פון שלמי כהן אויף זיין צווייטער טעיפ (זהירות: עס עפנט מחיצות ביי חתונות...). בלויז פאר דער ניגון איז ווערט צו קויפן דעם טעיפ...
אגב דער טעיפ וואס איז ארעינדזשט דורך רובי און מונה איז א זעלטן שלימות'דיגער און געלונגענער טעיפ

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:03 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:
דודי קאליש האט זיך גיט אויסגעלערנט מוזיק אבער ער האט נישט קיין טראפ געפיל ער דארף רחמים ווען ער אררענזשד אז עס זאל ארויסקומען א נארמאל שטיקל ער מאכט אלעס וואס ער האט געלערנט אויף יעדע ניגון ממש געפערליך איך מיין ער איז די ערגסטע וואס איז נאר געווען


דודי קאליש האט שוין ארעינדזשט היפש א פאר טעיפס וואס א טייל פון זיי זענען לדעתי זייער פאסיג און געלונגען.

לאמיר ערשט אויסרעכענען עטליכע טעיפ'ס וואס דודי האט געמאכט:

לשמוע אל הרנה פון משה צבי וויינטרויב
א טעיפ פאר יענקי דאסקאל (לדעתי א ריזן טעיפ)
א טעיפ פאר זאבי פליגמאן
פיטסבורג #6 (זייער צו דער זאך)
ניגוני פאפא
ניגוני קאזניץ
ניגוני בעלז השיבינו
ניגוני טאהש (ארגל)

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:22 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן: ג'ף הורביץ די טעיפ ויזכו פון בעלז א הערליכע טעיפ אבער איין מין סטייל ער ניצט צי סאך פלוטס אבער פאר איין טעיפ איז עס הערליך למשל די אינטרו פון כי על רחמיך איז הערליך אבער די קארדס און די אינסטרומענטס איז אביסל א מבול דארט


ג'ף הורוויץ איז ווארשיינליך זייער גרויס אין מוזיק כאשר יוכיח דער הקדמה צום אין קצבה ביי דעם קאזניצער טעיפ, אבער ער קוקט מיר אויס ווי א שטיף קינד אין אונזער עולם המוזיק, ער שטייט עפעס נישט מיט די אייגענע מוזיקאלישע פיס . פאר זיין מוזיק פעלט "באדי" און חן עס איז לעכעריג, און קומט נישט ארויף אויפן אויבערפלאך, עס טראגט מיט זיך אן אומבאלימפערטע כאראקטער און טיילמאל עפעס א פרעמדער שאטן.

ג'ף האט ארעינדזשט "כי אורך ימים" א מעדלי טעיפ פון ירמי' דאמען; אל תאמר ניגוני שלמה קאליש; ניגוני קרעטשנוף מיט ארעלע סאמעט; ועוד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:26 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן: רובי בנט לאז איך פאר אנדערע


מיט דעם שטייען מיר אייניג.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער רובי איז ביי מיר נישט נושא חן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:31 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:
יובל סטופל אויך א תלמוד פון מונה גייט זייער אין זיין שניט ער האט עפעס א נדבורנה טעיפ זייער שיין איך געדענק נישט מער דיטעילס


איך געדענק אז פרימישלאן האט אמאל ארויס געגעבן א טעיפ מיט יובל סטופל

אויך סערעט וויזניץ האט אים געניצט אין זייער לעצטער טעיפ בנוסף צו רובי באנעט און משה לאופר

פאר אברהם פריד מאכט סטופל לעצטנס רוב ניגונים במקום משה לאופר וועלעכע פלעגט אמאל זיין זיין הויפט ארעינדזשער

סטופל האט אויך ארעינדזשט א גרויסער טייל פון דעם טעיפ פון שרגי געשטעטנער

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:37 am
דורך חאצקל
גלות יוד האט געשריבן:

יוחי יענקי יפה כח הבן אבער דעטס איט נאטינג טו בי עקסייטעד

יענקי בריסקמאן איז נישט אוועק צו מאכן\ זיין ארעינדזשמענט אויף די ניגונים "אנעים זמירות" פון דאסקאל; ואהבת לרעך פון שוואקי און נאך פיל אנדערע גאר געלונגענע מוזיקאלישע ארעינדזשמענטס מיט טעם יוכיח אז ער איז נישט קיין מאפל קינד אין מוזיק, ער פארמאגט זייער אפענע חושים צו היינטיגע מוזיק

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:41 am
דורך חאצקל
וואס זאגט איר צו נפתלי יוסף מענדלאוויטש וואס האט ארעינדזשט שלא עשנו גוי פון ל. שמעלצער; רוב טעיפ פון בערי וועבער #1; רוב טעיפ פון מודים אנחנו פון טויסיג ועוד.

איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון אים עפעס פרישע סחורה, מעגליך אז ער האט זיך ארויס געלאזט פון די מוזיק וועלט

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:33 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן:
דודי קאליש האט זיך גיט אויסגעלערנט מוזיק אבער ער האט נישט קיין טראפ געפיל ער דארף רחמים ווען ער אררענזשד אז עס זאל ארויסקומען א נארמאל שטיקל ער מאכט אלעס וואס ער האט געלערנט אויף יעדע ניגון ממש געפערליך איך מיין ער איז די ערגסטע וואס איז נאר געווען


דודי קאליש האט שוין ארעינדזשט היפש א פאר טעיפס וואס א טייל פון זיי זענען לדעתי זייער פאסיג און געלונגען.

לאמיר ערשט אויסרעכענען עטליכע טעיפ'ס וואס דודי האט געמאכט:

לשמוע אל הרנה פון משה צבי וויינטרויב
א טעיפ פאר יענקי דאסקאל (לדעתי א ריזן טעיפ)
א טעיפ פאר זאבי פליגמאן
פיטסבורג #6 (זייער צו דער זאך)
ניגוני פאפא
ניגוני קאזניץ
ניגוני בעלז השיבינו
ניגוני טאהש (ארגל)

קענסט עפעס נאכזינגען פון איהם האלטס אז ער קומט צו צום פאוינט? איך נישט. איך קען נישט אלע טעיפס אבער יחדש (עפעס אזוי) פון פליגמאן און פיטסבורג 6 איז א גוטע ביישפיל ווי ציווילדעוועט און אן א געפיל צי א "ניגון" ער איז, איך מוז מודה זיין אז קווייער איז ער גוט הגם ווייט פון מונה

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 1:38 pm
דורך גלות יוד
חאצקל האט געשריבן:
גלות יוד האט געשריבן: רובי בנט לאז איך פאר אנדערע


מיט דעם שטייען מיר אייניג.

איך ווייס נישט פארוואס, אבער רובי איז ביי מיר נישט נושא חן

איך האלט ער האט גוטע געדאנקען אבער ער קען עס נישט גיט אררענזשען ער וואלט עס געדארפט געבן פאר איינעם צי מאכן פאר אים, אבער; ער איז עניטיים בעסער פון דודי קאליש.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:17 pm
דורך חאצקל
גלות, איך בין איינשטימיג מיט דיר אז דודי לייגט אין זיין מוזיק א סך מער ענערגי וכו' ווי מ'דארף (אפשר קען מען זיך אויסדרוקן אזוי: א סך מוזיק מיט ווייניג טעם), אבער פונדעסטוועגן, פון אזוי פיל ניגונים וואס ער האט אנגעפילט מיט אזוי פיל מוזיק, זענען פאראן היפש א פאר מעסטער פיסעס. צ.ב.ש. קול דודי אויף פיטסבורג 6; בכל לב פון יעקי דסקל און נאך אנדערע וואס איך געדענק נישט אויף די מינוט. אבער, בעיסיקלי ביסטו גערעכט מיט דיין באהויפטונג איבער דודי קאליש

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:34 pm
דורך חאצקל
וואס זאגט איר צו די ארעידזשמענס פון יהושע נ. בראנדעס אויף די טעיפ'ס פון מכאל שטרייכער?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:49 pm
דורך חאצקל
אויף פרחי לונדון אלבום'ס ארעינדזשט ביי עטליכע טעיפ'ס עמיצער מיטן נאמען "לייזר לוי", ער קוקט אויס צו מאכן א גוטער ארבעט. ווייסט איינער צו ער באארבעט נאך טעיפ'ס?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:21 pm
דורך גלות יוד
זייער גיט איך האב אויכט געטראכט אז קול דודי אויף פיטסבורג איז זיין שענסטע שטיקל

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:53 pm
דורך חאצקל
קול דודי האט ער גוט באארבעט וויבאלד שמו חתום עליו, קול "דודי"...

דודי האט נאך א פראבלעם אין מיינע אויגן, און דאס איז אז ער נעמט כמעט פערטיגע איידיעס און אינטראו'ס פון אנדערע ארעינדזשערס בעיקר פון מונה. איך האב ממש צענדליגער ביישפילן אזעלעכע.

ס'דא א סך קאמפאוזערס און מוזיק ארעינדזשערס וואס גנב'נען שטיקלעך פון אנדערע (א ביישפיל איז יוסי גרין וואס זאגט אפן אז ער נעמט פערטיגע שטיקער פון אנדערע, יעקב תלמוד פלעגט אויך אזוי טון), אבער רוב זענען עס בכח החידוש שבהם מלבש מיט אן אנדער לבוש, אבער דודי וויבאלד ער איז נישט קיין מחדש בטעםו של מוזיק, ער כאפט נאר אויף גיטע שטיקער פון דא און דארט, דערקענט זיך עס זייער שטארק ביי אים אפילו ער האט משנה געווען דא און דארט.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 16, 2012 10:45 pm
דורך חאצקל
איך וויל דא דערמאנען עטליכע ארעינדזשמענטס מעסטער פיעסעס פון משה לאופר פון וואס איך ווער פארגאפט:

ושויתי ד' לקראתי אויף אדון הכל פון אייזיק האניג
פעלאו דזשו פון אברהם פריעד
ירושלים איז נאט פאר סעיל פון מב"ד
אמר ר' עקיבא פון יעקב שוועקי
ודבריו חיים וקיימים פון אברהם פריעד
מודה אני... אדון השלום פון אברהם פריעד
זכור חבת ירושילים פון בערי וועבער
בחצוצרות פון ליפא שמעלצער (רייסעריש)
זכור (גשם) פון ר' משה גאלדמאן

אז איך וועל מיר דערמאנען וועל איך שרייבן נאך אי"ה.

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 20, 2012 11:33 pm
דורך חאצקל
אלי לאופר און משי רוט (המנגנים ארקעסטרא) האב איך דאכט זיך נאך נישט דערמאנט.

אלי לאופר האט ארעינדזשט רוב טעיפ פון אפשר לתקן פון מבד, או דער טעיפ פון דריי ניגונים עד מתי.

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 1:39 am
דורך אברעמעל
חאצקל האט געשריבן:וואס זאגט איר צו נפתלי יוסף מענדלאוויטש וואס האט ארעינדזשט שלא עשנו גוי פון ל. שמעלצער; רוב טעיפ פון בערי וועבער #1; רוב טעיפ פון מודים אנחנו פון טויסיג ועוד.

איך האב שוין לאנג נישט געהערט פון אים עפעס פרישע סחורה, מעגליך אז ער האט זיך ארויס געלאזט פון די מוזיק וועלט

ער האט זיך גענצליך ארויסגעלאזט און געווארן א מגי״ש, אדער ענליך.

נשלח: מאנטאג אקטאבער 29, 2012 7:44 pm
דורך חאצקל
אין בחדרי חרדים אינעם דארטיגן מוזיק פארום "פשוט מוזיקה" איז פאראן אן אשכול מיטן נאמען "מעבדים עצמם לדעת" וואס רעדט איבער ארעינדזשערס (עיבודים). דארט ווערט דיסקוסירט ווער ס'איז דער גרעסטער ארעינדזשער, די מערסטע האלטן אז מונה איז די גרעסטע, ווידער אנדערע האלטן אז ישראל לאם איז ללא ספוק דער גרעסטער ארעינדזשער, א.א.וו. פאראן וואס מאכן קאטעגאריעס, אין קאטעגאריע 1 לייגן זיי אריין עטליכע וועמען זיי האלטן אז זיי באלאנגען אין די העכסטע קאטעגאריע, אין קאטעגאריע 2 לייגן זיי וועם זיי האלטן זיי באלאנגען אינעם צווייטן א.א.וו.

איינער לייגט אין די ערשטע שורה: ישראל לאם, אלי גרסטנר, לייב יעקב ריגלר, שוע פריד און איאן פרייטור (דער וואס מאכט א טייל פון די מוזיק ביי בני פרידמאן צווישן זיי דער ניגון מסוד חכמים). דער צד השוה פון זיי - זאגט יענער - איז אז זיי אלע זענען מחדש. די צווייטע שורה לייגט ער:מונה רוזנבלום, משה לאופר, דודי קאליש, רובי בנט ונפתלי משה שניצלר, וועלעכע בארבעטן זייער גוט אבער עס איז נישט ארויס צוגיין פון די כלים.

א צווייטער קאטיגאריזירט עס אזוי. די ערשטע קאטעגאריע זענען: מונה; רובי בנט; לאם; יואלי דיקמן; שוע פריד; דודי קאליש (ער האט אויף יעדן עפעס צו זאגן ועין שם). אין דער צווייטער קביצה זענען: לאופר; שניצלער; און ריגלר.

א דריטער ווידער קאטיגאריזירט עס אזוי: 1) אלי גרסטנר 2. ישראל לאם 3. אריה קונסטלר - 4. נדב ביטון - 5. לייב יעקב ריגלר - 6. אבי טל 7. ארי גולדוואג 8. נוחי קרון 9. רון תיכון (רוב פון זיי קען איך נישט, אבער איך מיין אז טייל פון זיי זענען ביליגע ארעינדזשערס פון עלעקטריק מוזיק)

צווישן די וואס דיסקוסירן איבער די ארעינדזשערס זענען פאראן א צוויי דריי חברה וועלעכע לייגן אינעם העכסן שטאפל א געוויסן ארעינדזשער מיטן נאמען אלי גערסטנער (פריער דערמאנט צווישן די קאטעגעאריעס) דער וועלעכע פירט אן מיט ישיבה בויס קווייער, איינער פון זיי גייט ארויס פון די כלים פון זיינע ארעינדזשמענטס און האלט אז ער איז דער גרעסטער ארעינדזשער בדורנו. איך פערזענליך האב אים שוין געהערט און נישט אזוי ארויס פון די כלים, אבער מעגליך אז איך בין פונקט אנגעקומען צו א נישט ריכטיגע פון אים. יענער שרייבט אז ער קאטיגאריזירט לויט וויפיל ער כאפט התפעלות ביים ערשטן מאל הערן, טאמער ביים הערן זאגט זיך ארויס פון מויל WOW איז א סימן אז ער איז א גרויסער אערינדזשער, און אז נישט לייגט ער אים שוין אין צווייטן קאטעגאריע.

איך האב שוין איינמאל געברענגט מיין מיינונג אז מ'קען נישט פארמעסטן אן ארעינדזשער וואס האט געמאכט צענדליגע ניגונים קעגן אן ארעינדזשער וואס האט ארעינדזשט טויזנטער ניגונים, דעריבער וואלט איך א סך פון זייער ליסט ארויס גענומען, און פארמאסטן בלויז אזעלעכע וועלכע האבן שוין צום ווייניגסטן'ס ארעינדזשט עטליכע הונדערט ניגונים וואס א טייל פון זיי זענען געווארן פאפולער אינאיינעם מיט די מוזיק. אויך אלי גערסטער אפילו ער זאל טאקע זיין אזא מעסטער ארעינדזשער איז ער נאך נישט פאסיג צו שטיין אויף איין גאלעריע מיט די וואס ארעינדזשן שוין עטליכע דורות.

נשלח: דינסטאג אקטאבער 30, 2012 10:24 pm
דורך חאצקל
אין דער עיברית'ישער וויקיפעדיע אינעם ערך פון דודי קאליש ווערט דערמאנט עטליכע טעיפ'ס וואס דודי קאליש האט ארעינדזשט:

ותמלוך עלינו, (מלחני הרב יוסף צבי ברייער) עיבוד, 1997
תהא השעה הזאת, עיבוד, 1998
מוזיקליש, עיבוד והפקה, 1999
פתח שערי שמים, עיבוד והפקה, 1999
לשמוע אל הרינה, (מבצע משה וינטרוב), עיבוד, 2000
שירי היישוב הישן, (הפקה - דוד האניג), עיבוד, 2000
והוא ידרוש לציון, (פיטסבורג), עיבוד, 2001
ליל שישי‏[4], עיבוד, 2002
התאחדות, עיבוד והפקה, 2002
קוזניץ, עיבוד, 2004
טאנץ מיט לחיים, עיבוד
חסידישע אוצרות 1, (וואקאלי) עיבוד והפקה, 2003
הקם מלכות דוד, (סדיגורה), עיבוד, 2004
ווקאליש, עיבוד והפקה, 2004
בהדרת קודש, (מנדי ורדיגר, עיבוד והפקה, 2005
הערליכע ניגונים, (ירמיה דמן), עיבוד, 2010
ניגוני ברסלב עתיקים, עיבוד, 2010

עס איז מיר א חידוש וואס זיי שרייבן אז ותמלוך עלינו פון ברייער (דארט וואו ס'ווערט געזינגען תענה אמינים) האט ארעינדזשט דודי קאליש, ער איז נאך דאן 1997 געווען א יונגע בחור פון 18 יאר?! (מעגליך נאר דער קווייער האט ער אעירנדזשט?!)

דער תהא השעה הזאת איז ווארשיינליך דער בעלזער מיט ירמי' דמן, דארט איז דודי נאר אויף די קווייער, די מוזיק מאכט סוקי בערי.