בלאט 1 פון 7

אונזערע זינגערס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 2:59 am
דורך חאצקל
שוין צייט צו עפענען אן אשכול איבער אונזערע זינגערס וואס זייערע געזאנג און נאמען הערן מיר מוזיק ליב האבער כסדר, אפשאצן און פארמעסטן און אריין קריכן זיי אין די גארגל.

איך וועל דערמאנען עטליכע לאנגיעריגע אדער גאר פאפולערע זינגער, אריין גערעכנט אלגעמיינע סאלא זינגערס, בעלי מנגנים פון חצרות חסידים, און אויך פאפולערע ספרדישע זינגער.

עס איז מערקוועדיג, אז די פאפולערע און געלונגענע מנגנים בחצרות חסידים זענען מער אין ארץ ישראל, און די פאפולערע קאנצערט מנגנים זענען מער פון ניו יארק. אגב אויך ילדי הפלא (וואס פון דעם וויל איך גראדע נישט דא רעדן אין דעם אשכול) איז בעיקר אין ישראל (עמית ליסוונד, יונתן שיינפלד, מידד טסה, אהרן הלוי), און דאס זעלבע איז מיט מוזיק און קווייער וואס ישראל איז בעיקר דער טאן געבער.

איז לאמיר אויסרעכענען עטליכע פאפולערע מנגנים וזמרים און איר וועט געבן אייער אפשאצונג איבער זיי:

בן ציון שנקר (ניו יארק) - חזן ובעל מנגן ניגוני מאדזשיץ
דוד וורדיגר (ניו יארק)
מרדכי ווערדיגער (ניו יארק) המכונה מרדכי בן דוד, (דער פאפולערסטע זינגער אין די אידישע וועלט).
אברהם פריד (ניו יארק)
ירמי' דאמען (ישראל) - ניגוני חסידי בעלז - עתיקא קדישה - לחיים גראמען (דער באליבסטער לאנגיעריגער היימישער זינגער)
שלמי כהן (ישראל [יליד ארגנטינה]) - אלגעמיינער זינגער - מנגן סערעט וויזניץ - פיטסבורג און גאסט זינגער אין אנדערע סעריעס
אברמי רוט (ישראל) - אלגעמיינע זינגער און חזן - מנגן ניגוני חסידי פרימישלאן ועוד
יעקב שוואקי (ניו יארק [יליד ישראל])
שלמי גערטנער (לונדון)
שלמי דסקל (ניו יארק [יליד ישראל])
אוהד מאשקאוויטש (ישראל [יליד בעלגיע)
מנחם קליין (ישראל) מנגן נדבורנה און ספינקא
חיים ישראל ([התמני] מלך הזמרים המזרחיים)

אלזא, לאמיר הערן אייער מיבינות:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:47 am
דורך No_name
ס'איז אינטערעסאנט אז נישט יעדער וויסט פון דעם אברעמעלע ראטה, אבער איך גיי גאגא (נישט פרוי גאגא) פאר זיין אלבום, שיינע רייכע ניגונים, שיינע ארעידזשמענטס, און ער לייגט גוט אראפ א זאך.
יעצט האב איך געזעהן אז לחיים האט איהם גענוצט אויף זייער "לחיים זיץ"

אינטערעסאנטע זאך, מבד ווערט לעצטנס אויסגעוועפט אז ס'איז א שרעק, ממש ער האט שוין נישט קיין שטימע - קיין טאן, און אברעמעלע איז פונקט פארקערט, ווי עלטער ער ווערט אלס בעסער ווערט ער, זיינע אלטע אלבומס קען איך נישט הערן, ער דארט דעם לובאוויטשן קוועטש אין זיין שטימע וואס איך קען נישט דערליידן.

לאמיר זעהן וואס נאך האב איך צו זאגן?

חיים ישראל האב איך זייער ליב, אבער נאר זיינע שטאטע ניגונים, איך מאך מיר געווענדליך א סידי פון זיינע זאכן וואו איך נעם ארויס אלע שנעלע ניגונים און ס'בלייבט איבער נאר די גוטע (לשטתי) זאכן, און ער האט ארויסגעגעבן הערליכע זאכן אין זיינער צייט.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 11:17 am
דורך טעלעפאן
חאצקל, ווי ווייט ווילסטו אויסרעכענען? נאר די וואס האבן שוין ארויסגעגעבן אלבומס אדער סיי ווער?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:49 am
דורך חאצקל
איך וויל רעדן פון "וועלט בארימטע" מנגנים אויף אלבום'ס!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:04 am
דורך חאצקל
No_name האט געשריבן:ס'איז אינטערעסאנט אז נישט יעדער וויסט פון דעם אברעמעלע ראטה, אבער איך גיי גאגא (נישט פרוי גאגא) פאר זיין אלבום, שיינע רייכע ניגונים, שיינע ארעידזשמענטס, און ער לייגט גוט אראפ א זאך.
יעצט האב איך געזעהן אז לחיים האט איהם גענוצט אויף זייער "לחיים זיץ"

אינטערעסאנטע זאך, מבד ווערט לעצטנס אויסגעוועפט אז ס'איז א שרעק, ממש ער האט שוין נישט קיין שטימע - קיין טאן, און אברעמעלע איז פונקט פארקערט, ווי עלטער ער ווערט אלס בעסער ווערט ער, זיינע אלטע אלבומס קען איך נישט הערן, ער דארט דעם לובאוויטשן קוועטש אין זיין שטימע וואס איך קען נישט דערליידן.


אברמלע ראט פארמאגט אייגנשאפטן פון אן אפערע זינגער וואס מיט דעם איז ער זיכער מער ווי מרדכי בן דוד, אבער בדרך כלל אלס זינגער וואס נעמט איבער דעם עולם איז מרדכי זיכער בעסער אין פארשידענע אינזיכטן ווי אברעמל רוט, איך רעד שוין נישט פון מרדכי'ס גיטע צייטן אמאל, נאר איך גלויב אז אפילו נאך היינט איז ער בעסער, זיין שטימע און "געזאגעכטץ" איז פארט פולשטענדיג אויסגעקנויטן, בויגזאם, קאלירפול, אנטוויקלט און אויסדרוקבאר, וואס אט די איינגנשאפטן זענען פון די וויכטיגסטע באשטאנדטיילן פון א מנגן וואס נעמט איבער די צוהערער.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 9:54 am
דורך No_name
מיין כונה איז ח״ו נישט געווען צוציגלייכן די צוויי, אבער שוין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:15 pm
דורך זר זהב
אונזער זינגער פון אמאל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fz9BfmFV5tQ[/youtube]

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:20 pm
דורך צוקער
זר זהב האט געשריבן:אונזער זינגער פון אמאל

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=fz9BfmFV5tQ[/youtube]

וואס הייסט אמאל? ער זינגט היינט צוטאגס נאך מער!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 12:39 pm
דורך זר זהב
היינט איז ער שוין נישט אן 'אונזעריגער'.

ובקהלם אל תחד כבודי

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:08 pm
דורך צוקער
איך מיין ער האלט נאך דאס וויכטיגסטע יודישקייט.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:11 pm
דורך זר זהב
ער מאכט נאך מציצה בפה גייסטע מיר זאגן?!

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:12 pm
דורך צוקער
לעצטענס האט ער געפאוסא א פיקטשער ווי ער שטייט אן סטעידזש, ער האט נישט צוגערירט צו קיין אשה אפילו בטעות.
סך הכל גייט ער אין א הוילן קאפ.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:36 pm
דורך גלות יוד
צוריק צים נושא

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:41 pm
דורך צוקער
גלות יוד האט געשריבן:צוריק צים נושא

סך הכל איז ער א פיינער זינגער און שטארק פאפולער געווארן לעצטענס.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:57 pm
דורך גלות יוד
שרייב וועגן זיין זינגען נישט וועגן די קאפל פארשטייסט?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 7:02 pm
דורך חאצקל
איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?

נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 24, 2012 12:25 pm
דורך טעפל
חאצקל האט געשריבן:איך האב פארגעסן פון אביש בראד, וואס זאגט איר צו אים?

זינגט פול מיט הארץ....לייגט אראפ א ניגון אז ס'איז א נחת

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:36 am
דורך קווארטין
איך גלייך אברהמ'ל, טאפ אף די ליסט,
אוודאי איז מרדכי נאכאלץ די קינג, ער האט אבער פארט נישט די כלים ווי אמאל,
שרגי געשטעטנער זעעט אויס צו זיין פיין, מעג סוירטשן פאר נאך שענערע ניגונים, הגם די יעצטיגע איז נישט אוועקצומאכן,
מענדי ווערדיגער, זייער שיין און געשמאק, האט א גוטן שמעק, פלעיווארד שיין זיינע סחורה
זיין זון ישראל איז אויך שיין, אבער שוין מער רעגולאר

איך גלייך א זינגער וואס חוץ די שיינע שטומע זאל ער זינגען ווי א מענטש מיט דרייסטקייט, און מיטן גאנצן הארץ.
מהאי טעמא גלייכיך זייער 'יוסי גרין' מיט 'גדעון לעווין', ווייל זיי זונגען מיטן גאנצן הארץ, מיט "קישקעס" (ווי אברהם רופטאס אן) א גרויסע פלאס איז ווען דער זינגער איז קריעטיוו, און ער לייגט צו שיינע איידיעס, וואס מיט דעם צייכענט זיך אברהם פריד זייער שטארק אויס, לייגט אריין א געוואלד מיט איידיעס.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 10, 2012 12:48 am
דורך חאצקל
איך האב פארגעסן צו דערמאנען די צוויי וועלט בארימטע זינגער, "דדי גראוכער" און "מיכאל שטרייכער", יעדער פון זיי מיט זייער אייגנארטיגן שניט.

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:17 pm
דורך חאצקל
צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:40 pm
דורך שעפטל
חאצקל האט געשריבן:צודק גרינוולד - חזן און זינגער - האט עמיצער געהערט?

ארויסגעגעבן א געוואלדיגע סידי מיט הערליכע ניגונים פון יוסי גרין

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 4:47 pm
דורך שעפטל
ווי איך זעה האסטו פארגעסן אפאר פאפעלערע ביים היימישן ציבור אין ניו יארק.

שלמה קרליבך (ניו יארק) זיינע ניגונים זינגט מען כמעט אייביג...
Reb Shlomo Carlebach.jpg

מיכאל שניצלער (ניו יארק) אויב דענק איך גוט איז ער דער ערשטער היימישער זינגער אויף חתונות.
michoel.JPG

אייזיק האניג (ניו יארק) שטארק באקאנט מיט זיין הארציגקייט
HonigKanei.jpg

שלמי טוסיג (ניו יארק) א שיינע בעל תפילה איון דיי זייט ביי זיין טאטע אין בעלעד'ער שוהל
Tausig.jpg

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 5:11 pm
דורך שעפטל
ליפא שמעלצער (ניו יארק) [יליד סקווירא...] כ'דארף עפעס צולייגן???
lipa4.jpg

יצחק פוקס (כ'מיין היינט ניו יארק) [יליד ישראל] באקאנט פאר קומזיצן
YitzchockFuchs.jpg

אלי ביער
eli-beer-veyiyu-rachamecho-500x500.jpg

[b]יומי לאווי
Yumi Lowi.jpg