בלאט 1 פון 6

אונזערע קאמפאוזערס

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:24 am
דורך חאצקל
אצינד קומט די רייע צו רעדן איבער אונזערע קאמפאוזערס פון מער לייכטערע (להוציא חזנות און אנדערע שווערע יצירות) ניגונים (אלגעמיינע און בחצרות חסידים) זינט די לעצטע פערציג יאר. לאמיר אויסרעכענען עטליכע פאפולערע פון זיי:

בן ציון שנקר (אשת חייל, קול צהלה, ליהודים [מעידשער], מזמור לדוד, המבדיל ועוד באוואוסטע ניגונים)
מונה רוזנבלום (איבער זיינע ניגונים זעה אין דעם אשכול "מונה רוזנבלום אלס קאמפאוזער")
יוסי גרין (תניא, אדרבא און הונדערטע אנדערע ריזן זאכן וואס כמעט אין כדוגמתם)
משה לאופר (ענבי הגפן, כשם שאני, אלקי נשמה, והיה למשוסע, ועל כן נקוה [שוואקי] ועוד זיסע (פעמינען...] ניגונים)
פינקי וובר (רחם, תפילה לעני, לעכטעלע, ועוד הארציגע ניגונים מיוחד לתקופתינו, וכן ווארימע הארא ווי בן בג בג)
יצי וואלדנער
שלמה קאליש (אמר ר' עקיבא, שמרי מצותיה, כי אורך ימים, פתח שערי שמים ועוד)
מנחם אלבום (הוא יושענו, כל המשמח חתן וכלה [מבד] ועוד)
משולם גרינברגר
ועוד

זייטס ממשיך מיינע פריינד מיט נעמען פון אנדערע פאפולערע און געלונגענע קאמפאוזערס און זאגט ביטע מבינות איבער זיי:

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:26 am
דורך זר זהב
ביזט א דראמער? א מוזיקאנט? וואס?

א דאנק

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:10 am
דורך שמואל הלוי
סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? ;)

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 10:18 am
דורך לעמיל
ער בעיט דיך אז יעדער זאל צולייגען,
אדער אפשר מיינט ער קאמפאוזערס פאר געלט?

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:17 pm
דורך קווארטין
חצקאל גיב אויך א באמערק אז משה לאופער האט קאמפאזט "שמחם", כ'מיין אז דאסיז פון זיינע בעסטע סחורה.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 14, 2012 3:20 pm
דורך קווארטין
און יוששש, שלמה קארליבאך?

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 1:09 am
דורך חאצקל
איך האב פארגעסן פון חיים באנעט (מכניסי רחמים, אבינו אב הרחמן, ועוד)

אבי רוטנבערג (אחינו כל בית ישראל)

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:02 am
דורך קווארטין
און וואסיז מיט ראביי ברוך חייט אדער כייט (נישט חטא פארשטייטזעך)? כי הם חיינו פון דעדי, הללו את השם כל גוים, ועוד.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:14 am
דורך קווארטין
און גדעון לעווין, ארויס געגעבן אזאלעכע שיינע אלבוימס, דאכטזיך מיר סהייסט ' די בעסט אויף די בעסט' פאר יעדן זינגער א ניגון, העל אלה תתעפק השם, דאס האטער געגעבן פאר שוועקין, אבער ער זינגטאס אזוי הארציג.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:31 am
דורך חאצקל
שמואל הלוי האט געשריבן:סקלונער רבי זז"ג איז נישט א קאמפאזער? ;)

די ניגונים פון סקולען און להבדיל שלמה קארלבאך זענען ניגוני השתפכות הנפש (והגוף... יעדער אויף זיין אופן) אדער אזעלעכע סארט פאלקס מעלאדיס, און עפ"י רוב נישט פון דעם סארט פון וואס אונז רעדן.

אבער ס'איז נישט קיין ספק אז סקולען האט געוואלדיגע ניגונים, זיי זענען מער איינפאכע און תמימות'דיגע ניגונים, און דאס איז זייער אייגנשאפט, איינפאכע און תמימות'דיגע געגועים צו גאט ברוך הוא. סקולענער רבי זי"ע האט געהאט א גרויס געפיל צו אידישע קינדערלעך און געהאט א שפראך צו זיי, ער פלעגט אין זיינע יונגע יארן מאכן פארשטעלונגען פאר קינדער, ער האט אויפגעצויגן קינדער, און זיין געפיל אין נגינה איז געפארן ווארשיינליך אויף דעם ריכטונג, און דאס זענען עפ"י רוב זיינע ניגונים, ווי שעשועים פאר קינדער גלייך צו טויס מיט א ב וואס ברענגט אריין ווארימקייט צו גאט פאר דער חלק ה"קינד" (היינו התמימות) שבכל אדם. (כנלע"ד).

אז מ'רעדט פון זיינע ניגונים לאמיר אויסרעכענען עטליכע געוואלדיגע ניגונים נוסח סקולען: דער תפיסה ניגון יוודע בגוים (וואס מבד זינגט אין זיין טעיפ זכרונות מיטן באקאנטן אינטראו; אבינו מלכינו קבל ברחמים; טעיתי כשה אובד; און דער ניגון וואס איז באקאנט אין וויזניץ "השבעתי אתכם" א ניגון וואס מאנכע ווערן קראנק דערפאר.

דער היינטיגער סקולענער רבי האט געמאכט א ניגון מיט די ווערטער" יראו ענינו" א ניגון וואס רייסט שטיקער מעמק הבכה, ער האט עס פארפאסט זייענדיג אין א לאך ברייט ווי א דורך שניטליכער מענטש וואו ער האט נאר געקענט שטיין.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:37 am
דורך חאצקל
קווארטין האט געשריבן:חצקאל גיב אויך א באמערק אז משה לאופער האט קאמפאזט "שמחם", כ'מיין אז דאסיז פון זיינע בעסטע סחורה.

שמחם איז -לויט ווי איך האב געהערט אין אן אינטערוויו מיט מבד- פון מבד און דער אינטראו וואס דאס האט געמאכט דעם ניגון איז פון לאופר.

פון זיינע בעסטע סחורה וואלט איך געזאגט איז אלוקי נשמה וואס דודו פישר זינגט און לעצטנס אויך א. פריד

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:39 am
דורך חאצקל
קווארטין האט געשריבן:און וואסיז מיט ראביי ברוך חייט אדער כייט (נישט חטא פארשטייטזעך)? כי הם חיינו פון דעדי, הללו את השם כל גוים, ועוד.

ער האט דאכט זיך אויך געמאכט "לא אמות כי אחיה", און "מה אשיב לה' "

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 2:42 am
דורך חאצקל
קווארטין האט געשריבן:און גדעון לעווין, ארויס געגעבן אזאלעכע שיינע אלבוימס, דאכטזיך מיר סהייסט ' די בעסט אויף די בעסט' פאר יעדן זינגער א ניגון, העל אלה תתעפק השם, דאס האטער געגעבן פאר שוועקין, אבער ער זינגטאס אזוי הארציג.

ער האט אויך געמאכט אנא עבדא וואס כ'האב געהערט פון אביש בראד און פון יונתן שווארץ מיט אידישע ווערטער, א הערליכער ניגון.

נשלח: דאנערשטאג סעפטעמבער 20, 2012 4:46 pm
דורך אוי טאטי
וואס איז מיט מרדכי בן דוד?, געמאכט גאר גוטע ניגונים, למשל זיין עד מתי.

און זעה איך גוט? ר׳ משה גאלדמאן עה איז נאכנישט דערמאנט דא?!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:28 am
דורך חאצקל
גערעכט, איך האב פשוט פארגעסן צו דערמאנען ר' משה גאלדמאן'ען

אויך מרדכי ווערדיגער איז א גאר גיטע קמאפאוזער

אין אן אנדער געלעגנהייט וועל איך אי"ה פראבירן אפיר צו נעמען טייל פון זייער גאר גיטע ניגונים, ועוד חזון למועד, דערווייל לאמיר הערן וואס איר מיינע פריינד האבן צו זאגן איבער די דערמאנטע זינגערס

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 2:47 am
דורך טעלעפאן
ליפא

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:22 am
דורך חאצקל
מסתמא מיינסטו ליפא שמעלצער, איז אזוי, וואס ער אליין זאל נאר נישט זינגען וועט עס באקומען עפעס א פנים (נישט קיין נפק"מ וועלעכע סארט פנים), מילא אז ער זינגט זיינע אייגענע ניגונים איז עס אויך אזוי, אבער צו זאגן אז ער איז א געלונגענע קאמפאוזער... אודאי, לאמיר זיך נישט נארן, צווישן אזוי פיל ניגונים זיינע מאכט זיך אויך עפעס מיט הענט און פיס, אבער אין אלגעמיין וואלט איך אין נישט באטיטלט אלס טאלאנטפולער קאמפאוזער בטעם אנושי

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 3:46 am
דורך משה געציל
פון רבי׳ שמואל בריסל-רגש האט מען אינגאנצען פארגעסן דא? קאמפאזיציעס איינס נאכן צווייטן חידושים, צו א מודה אני, קוה אל ה׳, שמעלקא׳ס ניגון, שומר ישראל, ויצמח פורקניה, ועוד.
לאמיר נישט פארגעסן פון ר׳ אברהם ראטענבערג זאל זיין געזונט מיט זיינע לידער וואס צוגייט אין די גלידער, המלאך, וזכינו לקבל, מאמע רחל, ועוד ועוד. איך מיין אז ראטענבערג איז היבש אינטערגעשאצט. איך ווייק מיק אסאך אין זיינע דביקות אלבוימ׳ס ממש נוראות וגדולות, ווער רעדט נאך פון זיין נשמה ניגון וואס ער זינגט צוזאמען מיט מרדכי... מען מאכט שוין נישט אזעלכע געלונגענע שטיקלעך היינט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:04 am
דורך חאצקל
איך האב שוין אויבן דערמאנט אברהם רוטנברג המכונה אבי, ער האט דאכט זיך אויך פארפאסט אחינו כל בית ישראל, ער איז א זעלטן דראמאטישער קאמפוזער

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 23, 2012 5:06 am
דורך חאצקל
זייט איך האב געהערט דעם ניגון ועתה שמע פון שמואל ברזיל בין איך א שטיקל חסיד פון זיינע רגשות'דיגע ניגונים

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 2:46 am
דורך חאצקל
אלי לאופר האב איך פארגעסן צו דערמאנען: תחי נפשי; מה נאמר (יומי לעווי); למען דעת (מבד) ועוד

הרב הלל פלאי: אלקים צבאות (מבד); תורה הקדושה (מבד); אוחילה לקל (ל. שמעלצר); ועתה בנים (יודל) ועוד

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:03 am
דורך חאצקל
ווי האב איך געקענט פארגעסן פון הרב יוסף צבי ברייער, דער אויסגעריפנסטער קאמפאוזער פון ארגינעלע לאנגע ווארימע יצירות, דאכט זיך אז ס'איז נישטא היינט קיין קאמפאוזער וואס מאכט יצירות מיט אזא ארגינעלע השתפכות הנפש.די ווארימקייט וואס גיסט ארויס פון זיין נגינה גיט פאר מאנכע די מערסטע סעטיספעקשן וואס היינטיגע נגינה קען זיי ברענגען.

אויסער די דערמאנטער סארט ניגונים איז ער דער מחבר פון צענדליגע קורצע ארגינעלע זיסע פאלקס ניגונים'לעך אדער קינדער ניגונים.

די נגינה וואס ער האט אוועק געשטעלט פארן בענטשן אז עס זאל זיין זינגבאר פאר קינדער און גלייכצייטיג פארטייטשן די ווערטער איז וועלט באקאנט, און מ'קען זאגן אז דאס איז א ניגון וואס ווערט געזינגען די מערסטע מאל דורך די מערסטע מענטשן במשך די מערסטע יארן

נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 11, 2012 3:08 am
דורך חאצקל
הרב אלי' אייזנבאך איז אויך א קאמפאוזער פון גאר ווארימע ניגונים, צווישן זיי דער באקאנטער צמאה לך נפשי פון בעלז

אויך האט ער מחבר געווען דעם באקאנטן וידעו פון בעלז, און אויך דעם באקאנטן הנה מה טוב פאר פיטסבורג #3 (שפעטער האט עס נאכגעזינגען א. פריד)