בלאט 1 פון 2
עצות פאר די 'סאך פיש פראבלעם'
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:30 pm
דורך נולד מאוחר
רבותי ס'הייבט זיך שוין אט אן די פיש פארלענדעריי, ס'נישט יושר נישט פארן מענטש און נישט פארן פיש, אראפרוקען אזופיל סלייסעס אן הנאה האבן.
מיין טאטע ווען ס'פלעגט שוין אנהויבען ארויסגיין פון די נאז, פלעג ער אריינשמאגלן צים טיש נאווע-לאקס טיטביטס, דו וואס קומט אין די שאכטלעך פין עפעטייזינג פירמעס. מיט צייט האט מיין מאמע אנגעהויבען מאכן א גרויסע וועדזשעטעבל סאלאט , דו ציפרי סעודה האט געהאט א שטיקעל פרישטיג טעם . וואזענט בעד נאך אזויפיל סלייסעס פיש .ס'איז וואס ראטעטען אביסעל געקאכטע אביסעל געבאקענע פיש ,סקען אויך אביסעל פארגרינגערן די מצב.
מיין טאטע פרעגט שפירען גילטי מיט זיין לאקס טיטביטס, זיין תירץ איז געווען סדאך סעלמאן ומשפחתו.
אנדרע זענען נוהג צי פראבירען פלאנדער, סיבעס ,טעלאפיא.
איך בין נישט זיכער אויב סאיז אויסגעהאלטן לויט אלע דיעות.
נא אדרבה לאמיר הערן נאך עצות פונעם עולם.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:32 pm
דורך זר זהב
פארוואס איז אנדערע פיש נישט אויסגעהאלטן?
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:52 pm
דורך איחוד פעלד
חלילה וחס משנה זיין אפילו א זיז כל שהוא פין דרכי אבותינו.
אין מאור ושמש שטייט וועגען דער לאקס פיש, און אזוי איז דער מנהג ביי חסידים ואנשי מעשה, והמשנה ידיו על התחתונה....
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:54 pm
דורך איחוד פעלד
אין אמת איז נאך יום טוב יעדעמס ידים אויף די תחתונים......
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:57 pm
דורך נולד מאוחר
כהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 15, 2012 11:58 pm
דורך זר זהב
קענסט מיר מסביר זיין דיין פראבלעם?
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:21 am
דורך נולד מאוחר
עמעיר זיך טרעפן סוכת צייט און דו וועסט מיר עס מסביר זיין.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:22 am
דורך זר זהב
איך פלאן נישט צו עסן פלאנדער, וועלעך דיר נישט קענען מסביר זיין
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 1:20 am
דורך נולד מאוחר
זייט איך האב מיך באקענט מיט ''געפילטע פיש'' דא אין שטיבעל, האט געפילטע פיש גאר אן אנדערע טעם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:25 am
דורך געפילטע פיש
ברויך איך דאס נעמען ווי א קאמפלימענט אדער א טשעפע?

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 2:37 am
דורך נולד מאוחר
געפילטע פיש האט געשריבן:ברויך איך דאס נעמען ווי א קאמפלימענט אדער א טשעפע?

נוץ לאגיק וואלט א איד געטשעפעט ערב ר"ה?
כ'פארשטיי נישט וויאזוי דו האסט אפי' צוויי צדידם.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 3:28 am
דורך געפילטע פיש
שששש.... זאג נישט אויס אז ס'איז ערב רא....... קען זיין דער שטן דרייט זיך דא, מ'וועט נאך אלעס פארפאטשקענען.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 9:51 am
דורך נס קאווע
ס' דא יודישע שטיבער וואס מ' עסט וועדזשטעבל טורן אווער אדער ליווער בלינצעס שבת צופרי אבער די ווערן דאך די נישט היימישע, עפטייזערס איז נישט קיין שלעכטע בייפאל ס' קען אמאל צוניץ קומען
אגב געפילטע פיש האט עפעס א ענין פון דג מלא (וואס איז באשאפן געווארן נאך וואס משום איזה סיבה האבן אונזערע עלטערן דאס אנגעהויבן צו מאכן) אבער איך האב עס שוין פארגעסן
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:04 pm
דורך זר זהב
'ארימקייט' איז געווען די סיבה פון געפילטע פיש!
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 16, 2012 12:36 pm
דורך zurich
געפילטע פיש (נישט די ניק) האבן די ליטפישע מחדש געוועין וועגן די געהעריגע פיש איז דא ביינער ממילה איז דא א חשש בורר
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:11 am
דורך שרייבער
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
איך ווייס נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז סושי איז פיש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט מייערן א דין פון פיש" ווייל מען עסט מייערן מיט פיש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי סושי וואס מען עסט מיט פיש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן)
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 11:37 am
דורך שמעקעדיג
נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
רוב פוסקים? מיינסטו חת"ם סופר אדער מנחת יצחק?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 1:28 pm
דורך נס קאווע
ער מיינט אודאי די סושי וואס דו דערמאנסט אז מ' עסט דאס מיט פיש
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:45 pm
דורך געפילטע פיש
שרייבער האט געשריבן:נולד מאוחר האט געשריבן:כהאב פארגעסען לויט רוב פוסקים האט סאשי א דין פון פיש.
איך ווייס נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז סושי איז פיש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט מייערן א דין פון פיש" ווייל מען עסט מייערן מיט פיש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי סושי וואס מען עסט מיט פיש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן)
איך ווייס אויך נישט ווער ס'האט מחדש געווען אז שווארמא איז פלייש, ס'איז פונקט ווי איינער זאל דא שרייבן "לויט רוב פוסקים האט שווארמא א דין פון פלייש" ווייל מען עסט שווארמא מיט פלייש (און מיט נאך אנדערע מאכלים) אזוי ווי שווארמא וואס מען עסט מיט פלייש (און מען קען עס עסן מיט נאך אנדערע זאכן).
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 2:55 pm
דורך יידל
געפילטע איך פארשטיי נישט דיין פארגלייך.
שווארמא איז א געוויסע וועג פון בראטן פלייש.
סושי מיינט געקאכטע רייז קאמבאנירט מיט אנדערע עסן, געווענליך טאקע מיט רויע פיש, אבער אפט אנדערע מאכלים.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 19, 2012 3:04 pm
דורך געפילטע פיש
יידל האט געשריבן:געפילטע איך פארשטיי נישט דיין פארגלייך.
שווארמא איז א געוויסע וועג פון בראטן פלייש.
סושי מיינט געקאכטע רייז קאמבאנירט מיט אנדערע עסן, געווענליך טאקע מיט רויע פיש, אבער אפט אנדערע מאכלים.
"Usually raw fish or other seafood"
נולד האט געמאכט א וויץ, שרייבער האט עם גענומען זייער ערענסט, כאילו מ'איז דן להלכה אויב די חפצא פון סושי האט א דין דגים, סא געפילטע האט נישט געקענט שטיל בלייבן, ווייל ער ווייסט דאך נישט ווי אזוי, האט ער געזאגט אז
סושי איז געווענליך פיש, טאקע נישט אלעמאל, אבער געווענליך יא, איי יידל פרעגט אפ אז שווראמא איז דאך בעצם פלייש, נא! פון א קושיא שטארבט מען נישט.
נשלח: זונטאג סעפטעמבער 30, 2012 12:53 pm
דורך פערינא
היינט ווען זי איז אויפגעשטאנען, פאר זי האט זיך אריענטירט, רייבט זי די אויגען און פראבירט צי געדענקען וואס איז היינט? קלינען, קויפען, קאכן אדער עסען סעלמאן פיש. שטעלטט זיך ארויס אלע פיר.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 03, 2012 3:58 pm
דורך צוקער
ווער זאגט אז מען מוז עסן איין מין פיש ד יגאנצע היי האלידע סעזאן?
מען קען האבן אן אויסוואהל פון: סעלמאן, ווייט, קארפ, פייק, סי בעסס, הערינגס (כמה מינים), טונא, לאקס, סעיבל, פאר א נויט א גוטן סושי ראלל.
א נידון אין די פוסקים צו מען קען יוצא זיין מיט דזשעלי פיש...